לויט ווי איך הער יעצט פון לאנדאן, גרייטן זיך טויזענטער אויף דעם געהויבענעם באזוך פונעם בני יואל'ע רבי, ווי ער קומט אריבער איינמאל פאר אלעמאל אפראטעווען די מוסדות, לויט ווי מ'געט איבער פארשפרעכט אדמו"ר מ'בני יואל יעצט זיכער מאכן אז מ'הערט אויף צו לערנען חומש אין אנטווערפן און ווייזט אן אז לעצטע מאל ער האט אפגעשטאט אין אנטווערפן זיין טריפ איז ער נאכנישט געווען אפיציעל בני יואל'ע רבי, אבער כהיום יום אנערקענט אים שוין קינד און קייט אלץ אדמו"ר בני יואל! די יעצטיגע טריפ פארשפרעכט צו זיין גאר געהויבן סיי ווייל דאס מאל האט זיך זיין בנשק"ל יעקב בער יר"ה אונטערגענומען אז ער איז אחראי אז ס'זאל נישט געקענסלט ווערן, און אזוי אויך קוקט יהדות לאנדאן ארויס צו הערן וועלכע ברכות/נאך ברכות די דברי יואל פלעגט מאכן אויף טרויבן און אויף אנדערע ירקות (דערווייל האלט זיך דער עולם צוריק פון עסן די סארט זאכן, עד שיבא אדמו"ר מ'בני יואל)
צהלי ורוני יושבת לאנדאן כי גדול בקרבך........ 'קדוש..........')
|
|