המשך השיחה הנעימה (ב)
גאב"ד ירושלים שליט"א: איך וויל טאקע פערזענליך באדאנקען דעם רבין פארן ארגאנאזירן די סוקסעספולע פראטעסט
אין וואשינגטאן, קעגן די חפירות אין יפו, ס'האט געהאט אזא גוטן נאכקלאנג, אז אפילו דער בלאט האט דאס נישט
געקענט איגנארירן... רבינו שליט"א: דער רב האט א מיאוסן טעות, איך האב דאס בכלל נישט ארגענאזירט, איך
פארשטיי נישט בכלל וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע הפגנה, וואס גראבט מען שוין דארט אינעם בית החיים, א נארישע
'סעפטיק'... גאב"ד ירושלים שליט"א: א וואס? רבינו שליט"א: א 'סעפטיק'... נא א סעפטיק... פארדעם מאכט
מען אזוינע געוואלדעס? והמשיך רבינו שליט"א: וואס ס'זאל נאר זיין דארט, אבער מען האט מיר געוויזן די
שרעקליכע בילדער, וואו מען קלאפט אידישע קינדער מיט אזעלכע רציחות, דאס בלוט גיסט זיך זיי, איך האב דאס נישט
אויסגעהאלטן, איך בין בכלל האקעל צו זעהן בלוט, ווער רעדט נאך אידיש בלוט, נאר צו הערן אז עס קומט בלוט פון
איימעצן קען איך ממש חלש'ן, אזעלכע רשעות דאס זעהט מען נאר ביי גוים, נישט ביי יודן, יודן זענען דאך רחמנים בני
רחמנים, מען דארף דאך אויפפאסן אויף יעדן הארעלע נישט וויי טאהן יענעם, זיכער נישט שלאגן, און אוודאי נישט שופך
דם זיין, ווער ס' טוט אזוינע זאכן, אדער לאזט נאר צו צו טאהן אזעלכע זאכן זענען עתידין ליתן את הדין, און זענען זיכער
נישט קיין בני אברהם יצחק ויעקב, זיי זענען טמא ומטמא, בזה ובבא... מען זעהט אז די ציונים האבן ב"ה נישט קיין
סייעתא דשמיא, ווייל אז זיי האבן נאר אביסעלע שכל, וואלטן זיי געגראבן זונטאג פארטאגס, דעמאלס איז קיינער נישט
דארטן, און ווילאנג וואס ווען, דער עולם לויפט זיך צוזאם, איז שוין לאנג דערנאך... פרעגט ר' דוד וויטריאל מיט ר' משה
לייב עקשטיין, אפשר פארקערט?.. כ'דענק שוין נישט, ס'מילא נישט קיין נפק"מ לדינא... גאב"ד ירושלים שליט"א:
די רבי זעהט דאך טאקע מיר געבן זיך נישט דארט קיין עצה, אפשר האט די רבי א לעזונג, וואו תורה איז
חכמה... רבינו שליט"א: ריכטיג ריכטיג. איז אזוי, לאמיר צונעמען די זאך, בכלל בין איך געגן מחאות, פארשטייט
די רב אז מען קען מוחה זיין קעגן די וואס עסן מאשין מצות? זיכער נישט. קען מען שרייען קעגן די וואס טראגן מיטן
עירוב אין וויליאמסבורג? זיכער נישט. נו מיט וואס זענען די חופרים ווייניגער, פארוואס זאל מען קעגן זיי יא קענען
פארפירן מיט מחאות, זיי פארשטייען אנדערש דעם ענין ווי אונז, איז נישט דא באמת קיין רעכט מוחה צו זיין קעגן
זיי... צווייטנס, די רב דענקט ווען די נטורי קרתא זענען געפארן קיין איראן, ס'האט זיך געטוהן מחאות פון אלע
זייטן, אפילו דער ברודער פון וויליאמסבורג מיט זיין בית דין האט געשריבן א שטארקע מחאה. ווען מען איז געקומען צו
מיר בעטן צו שרייבן א מחאה, האב איך געענטפערט זייער קלוג: 'דער נער איז נישט מיינער, דארף איך נישט מוחה זיין',
דער עולם האט קודם נישט פארשטאנען די טיעפקייט דערפון, אבער ר' שמואל שלמה טעללער געבענטשט זאל ער זיין,
האט דאס שיין ערקלערט פארן ציבור, און דער עולם האט עס גוט גוט פארשטאנען. לעניננו, פארוואס זאל מען דארפן
מוחה זיין קעגן די ציונים און זייערע מעשים טובים, 'דער נער איז נישט מיינער'... דריטנס, די רב ווייסט דאך זיכער
אז מיר האבן לעצטנס אויך געגראבן חפירות, טאקע דא נעבן דעם בית המדרש הגדול, צוצושטעלן פארקינג פארן ציבור
כן ירבו, איז אזוי ווי ביי יעדע גוטע זאך געווען מחוצפים, וואס האבן זיך געוואגט צו קומען מוחה זיין ברבים, פאר מיין
שטוב, הן עמי בבית דא אין קרית יואל, און הן אין וויליאמסבורג, ס'האט זיך געטוהן קולות ויללות, אבער הערט זיך גוט
צו, נישט נישט ווייניגער, איך האב זיך אויסגעלאכט פון זיי כאילו לא הי', ס' האט מיך נישט בארירט קיין כי הוא זה,
אדרבה די ערשטע געלעגענהייט וועט מען ווייטער גראבן מיטן פולן אומפעט. נו, וואס פארלאנגט מען פון דעי ציונים
דארט, זיי זאלן זיך יא צוטוהן מאכן?, זיכער לאכן זיי זיך אויס אין די פויסטן, ס'נישט מער ווי נארמאל... פערדנס און
אחרון אחרון חביב, פון מערערע ערפארונג, וואלט איך געוואלט פארלייגן ריזן בייפעלער וואס איך האב, זיי זענען בדוק
ומנוסה, נאר צו טאהן איינע פון די עצות איז מען א געהאלפענער, און אז מען וועט טוהן די 'אלע' זאכן, איז מען
פארזיכערט מיט א ישועה שלימה, ממש רפואה קודם למכה... אבער איך וויל קודם קלאר מאכן, אז ס'ליגט ביים רב
די ברירה אויב ער וויל עס טוהן, אויב וויל ער נישט מוז ער נישט, איך האב נישט ליב ארויפצוצווינגען מיין מיינונג אויף
יענעם, בעסער געזאגט איך קען עס נישט ליידן...
- כאן פנה רבינו למשמשו וצוה לו להביא עט ונייר ליתן
להגאב"ד שליט"א שיציין לעצמו דבריו הקדושים -
גוט, איך הייב יעצט אהן צו זאגן, די רב זאל האלטן קאפ,
נישט זיך צומישן... א) יעדעס מאל ווען מען כאפט זיי גראבן קברים, זאל מען שנעל אהין רופן די בחורים, און זיי
זאלן זיך נעמען זינגען ניגוני שמחה, און קלאטשן מיט די הענט, קאפען מיט די פיס, איך זאג דעם רב איהר וועט נישט
גלייבן, נאך עטליכע מינוט וועט נישט בלייבן פון די ציונים קיין שריד ופליט... ב) מען דארף זעהן שטילערהייט
פעלשן די בעלות פונעם בית החיים, און דאס שטעלן אויפן גאב"ד'ס נאמען, אזוי ווי אונז האמער דאהי געטוהן מיט קרית
יואלע בית החיים, דאס קען טאקע נישט יעדער באווייזן, אבער איך וועל אהין שיקן ר' ארי' לייב גלאנץ'ן מיט זיינע
חברים, זיי האבן ערפארונג דערמיט... ג) מען דארף רופן די ציונים צו דין תורה, נישט סתם ביי שלשה רועי בקר,
און חס וחלילה נישט בג"ץ, א איד קען נישט געוואונען נישט אין בג"ץ, און נישט ביי ערכאות של גוים, די תורה איז
אונזער נצחיות, דער טאטע ז"ל פלעגט טייטשן 'אין לנו שיור רק התורה הזאת', אז אז אז אז...... יא...., און אפילו מען וועט
פארלירן די דין תורה, קען מען נאך אלס שרייבן אין די צייטונג "דידן נצח", דער עולם וועט דאס גערן גלייבן, - מיין
עולם זיכער, אפילו אויב מען וועט נישט קענען אנווייזן מיט די פינגער וואס מען האט געוואונען, נאר פונקט פארקערט
מען וועט קלאר זעהן נאר פארלוסטן, דאס הייסט עין יפה, קוקן אלעס פאזעטיוו... וסיים רבינו שליט"א: כאב נאך
וואונדערליכע עצות, אבער איך לאז עס איבער פאר די ביקור גומלין.... גאב"ד ירושלים שליט"א: יישר כח ס' קוקט
אויס לאגיש און תורה'דיג, נאכאמאל 'וואו תורה איז חכמה', מען קען שטערקער מוסיף זיין 'וואו יסודי התורה איז יסודי
החכמה'. אלענפאלס איך בין דעם רבין זייער מכיר טובה...
המשך יבוא, (מען דארף קודם איינעם באקלאפן און
לקח'ענען זיין בלעקבערי, כל הקודם זכה...)
....
תוקן על ידי - חמץ_גמור - 16/08/2010 00:45:40
_________________
 |
|
|