טישן אויף בענק ביי די אהרונים אין לאנדאן!
די וואך האבן די אהרונים אין לאנדאן מכתיר געווען זייער נייעם רב, הרב יוסף בנימין וואזנער זון פונעם געוועזענעם רב הגר"ח וואזנער שליט"א. ווי עס איז יעצט אין פלאן וועט ר' אהרן טייטלבוים פארן אויף לאנדאן אין די קומענדיגע טעג צום מעמד הכתרה.
וואס די גאס האלט אבער נישט מיט איז די שטארק פרייליכע אטמאספערע וואס הערשט דארט ביי די אהרונים, מ'הארגעט און מ'פליקט זיך אונטער די פירהענג. איינע פון די גרויסע אהרונישע שוויצער אין לאנדאן איז א אינגערמאן שמואל לעוו, דער שמואל האט געשטעלט א שטארקע קעגנערשאפט צו די רבנות פון דעם נייעם וואזנער. ווי נאר דער לעוו האט געזען אז זאכן פארן אוועק פון זיין קאנטראל האט ער זיך גענומען בונטעווען און איבערדרייען, אנזייענדיג כאאס אין די אהרונישע קהלה.
א מלמד ביי די אהרונים נייע חדר, משה שווארץ, איז געסטראשעט געווארן אז ער וועט זיך זען אינדערויסן אויב וועט ער זיך נישט גענצליך אונטערווארפן דעם שמואל לעוו. א גרויסער אנהענגער ביי די אהרונים ק. י. אשכנזי איז פארשריגן געווארן אין בית המדרש צוליב זיין שטיצע פארן נייעם רב. דער אומאפיציעלער ראש הקהל משה ארי' פריינד האט זיך גענומען פארפירן קעגן דעם לעוו, האט ער באקומען א ידיעה אז אויב וועט ער נישט אויפהערן וועט ער זיך זען אינדערויסן פון קהל. מ. יאקאבאוויטש, א גרויסער אהרוני שוויצער איז אנגעזאגט געווארן אז זיינע קינדער וועלן פליען פון די מוסדות אויב ער וועט נישט אויפהערן רעדן קעגן שמואל לעוו.
די שטיצער פון דעם לעוו האלטן אז ער איז דער איינציגסטער וואס פארשטייט די באדערפענישן פון די אהרונים, דעריבער גייען זיי אזוי אין פייער פאר אים, און האלטן אז מ'האט נישט געטארט אויפנעמען א נייעם רב אן זיין הסכמה. שמואל אליינס שפירט אז זיין מאנאפאל אויף די אהרונים איז געקומען צו א ענדע און וויל זיך עפענען א אייגענע ביהמ"ד אונטער זיין הויז. ווי מ'שמועסט איז לעוו'ס ברודער, א מאפינער פון ארץ ישראל, אראפגעקומען סטראשענען אז ער וועט צייגן די אהרונים ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית אין לאנדאן.
פון די גאר גרויסע אהרונים קען מען הערן דברי כפירה ממש אויפן חשבון פון זייער רבין ר' אהרן, אלעס צוליבן חטא פון זיך נישט רעכענען מיט די עצות פון שמואל לעוו.
ווי עס זעט אויס וועט די פרשה נאך בלייבן א לאנגע צייט אין די העדליינס, וישחקו הנערים לפנינו, ר' אהרן טייטלבוים זאל זיך מוטשען מיט זיינע קיען...
 |
|
|