בית פורומים אידישע געדאנק

טישן אויף בענק ביי די אהרונים אין לאנדאן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/8/2010 19:05 לינק ישיר 
טישן אויף בענק ביי די אהרונים אין לאנדאן!

די וואך האבן די אהרונים אין לאנדאן מכתיר געווען זייער נייעם רב, הרב יוסף בנימין וואזנער זון פונעם געוועזענעם רב הגר"ח וואזנער שליט"א. ווי עס איז יעצט אין פלאן וועט ר' אהרן טייטלבוים פארן אויף לאנדאן אין די קומענדיגע טעג צום מעמד הכתרה.
 
וואס די גאס האלט אבער נישט מיט איז די שטארק פרייליכע אטמאספערע וואס הערשט דארט ביי די אהרונים, מ'הארגעט און מ'פליקט זיך אונטער די פירהענג. איינע פון די גרויסע אהרונישע שוויצער אין לאנדאן איז א אינגערמאן שמואל לעוו, דער שמואל האט געשטעלט א שטארקע קעגנערשאפט צו די רבנות פון דעם נייעם וואזנער. ווי נאר דער לעוו האט געזען אז זאכן פארן אוועק פון זיין קאנטראל האט ער זיך גענומען בונטעווען און איבערדרייען, אנזייענדיג כאאס אין די אהרונישע קהלה.
 
א מלמד ביי די אהרונים נייע חדר, משה שווארץ, איז געסטראשעט געווארן אז ער וועט זיך זען אינדערויסן אויב וועט ער זיך נישט גענצליך אונטערווארפן דעם שמואל לעוו. א גרויסער אנהענגער ביי די אהרונים ק. י. אשכנזי איז פארשריגן געווארן אין בית המדרש צוליב זיין שטיצע פארן נייעם רב. דער אומאפיציעלער ראש הקהל משה ארי' פריינד האט זיך גענומען פארפירן קעגן דעם לעוו, האט ער באקומען א ידיעה אז אויב וועט ער נישט אויפהערן וועט ער זיך זען אינדערויסן פון קהל. מ. יאקאבאוויטש, א גרויסער אהרוני שוויצער איז אנגעזאגט געווארן אז זיינע קינדער וועלן פליען פון די מוסדות אויב ער וועט נישט אויפהערן רעדן קעגן שמואל לעוו.
 
די שטיצער פון דעם לעוו האלטן אז ער איז דער איינציגסטער וואס פארשטייט די באדערפענישן פון די אהרונים, דעריבער גייען זיי אזוי אין פייער פאר אים, און האלטן אז מ'האט נישט געטארט אויפנעמען א נייעם רב אן זיין הסכמה. שמואל אליינס שפירט אז זיין מאנאפאל אויף די אהרונים איז געקומען צו א ענדע און וויל זיך עפענען א אייגענע ביהמ"ד אונטער זיין הויז. ווי מ'שמועסט איז לעוו'ס ברודער, א מאפינער פון ארץ ישראל, אראפגעקומען סטראשענען אז ער וועט צייגן די אהרונים ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית אין לאנדאן.
 
פון די גאר גרויסע אהרונים קען מען הערן דברי כפירה ממש אויפן חשבון פון זייער רבין ר' אהרן, אלעס צוליבן חטא פון זיך נישט רעכענען מיט די עצות פון שמואל לעוו.
 
ווי עס זעט אויס וועט די פרשה נאך בלייבן א לאנגע צייט אין די העדליינס, וישחקו הנערים לפנינו, ר' אהרן טייטלבוים זאל זיך מוטשען מיט זיינע קיען...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 19:07 לינק ישיר 

לויט מיינע אינפארמעשן האבן די ארונים היינט ארויף געצויגן זייער תלמוד תורה ביז כיתה ט זיי האבן ביז יעצט געהאט ביז ה' ווייל זיי ווילן נישט האבן זייערע קינדער ביי אינז ווען די רבי שליט"א קימט א שאד זיי האבן זיך נישט אפגעטראגן ביז יעצט אבער ב"ה יעצט איז מען פטור פין זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 02:03 לינק ישיר 

איז אמת אז ר' אהרן האט געקענסלט זיין נסיעה אויף לאנדאן צוליב די אינערליכע ראבערייען דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 03:23 לינק ישיר 

די אהרונים קאנפירמען יעצט אפיציעל אז די נסיעה פון ר' אהרן איז נדחה געווארן אויף חודש חשון. זעט אויס אז ביז דעמאלס וועט מען שוין אויסהאמערן עפעס א שלום אפמאך צווישן די אהרונים דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 03:39 לינק ישיר 

די ארונים זאגן אז דער סבלן האט עס מדחה געווען צוליב די נסועה פון רבינו שליט"א, ער האט נישט געוואלט די נסועה פון רבינו שליט"א זאל אזוי שנעל פארגעסן ווערן (ווידעראמאל ווייזט ער סבלנות...) אבער זעהט אויס ער האט שוין פארגעסן 4 יאר צוריק ויקהל פקודי ווען ער איז געפלויגן קיין לאנדאן און א אויגן בליק, און געמאכט א בואי ושלום ביים בית המדרש הגדול...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > טישן אויף בענק ביי די אהרונים אין לאנדאן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext