פאריגע וואך האט מהרז''ל באזוכט אין בחורים קעמפ צו זיין יערליכע באזוך עס זענען דארט פארגעקומען זעלטענע געשלעגן צווישען די מציונים אין קעמפ, אברהם מנחם שטערן איז דער מנהל פין די עלטערע בחורים האט פארלאנגט אז נאר זיינע בחורים מעגן פירן די מערכה אין אין משה יודל פרידמאן דער מנהל פין די יונגערע בחורים האבען פארלאנגט אז נאר זיינע בחורים מעגן פירן די מערכה די רעזלטאטען פין די שלעגעריי איז געקומען צו א קלימאקס ווען מהרז''ל איז אנגעקומען די מלמדים געבן איבער אז עס האט אויסגעקוקט ערגער ווי נאך יצחק שטערן'ס דרשה בשנת תשס''א די בזיונות זענען געווען אין לשער די רעגן האט מיגעשפילט אז די קבלת פנים אויפן פעלד פאר די שיינע פיקטשער האט מען געמוזט קענסלן, אין די קבלת פנים אין בית מדרש איז געווען א דורכפאל ווען אלע בחורים זענען געבליבן זיך שלאגען אין באנק, עס האט גענומען ביז מען האט אראפגערופן אלע בחורים ווייל די בזיונות זענען געווען עד לשמים די מנהלים אין גבאים האבען געווארפן די שילד איינער אויפן צווייטען אין די כתר שם טוב פין די ישיבה שטייגט שוין באלד איבער קווינס
איך האב פריער אפגעשטעלט איינס פין די מגידי שיעורים דארט אין זיי דרייען זיך ארויס פין געבן די פינקטליכע דעטאלען ווער עס קען ברענגן דעטאלען זאל פאסטען
אבי נישט צווישען יודן
נשלח ב-20/8/2010 01:48
אזא גוטס, שוין נישט געהערט לאנדע יארן
נשלח ב-18/8/2010 22:56
I guess that "dairyland" became "dirtyland"...
נשלח ב-18/8/2010 22:15
דאס איז די קומענדיגע עיזש אין קווינס מיט זיי וועט קווינס שוין האבן א גרינגערע זשאב זיי האבען שוין עקספיריענס בלומענפעלד וועט קענען געהעריג מסביר זיין די נקידה הפנימי
נשלח ב-18/8/2010 18:24
היינט געהערט פון א מגיד שיעור אז אפאר בחורים האבן געדארפט באהאנדלוגענן אין שפיטאל, די חברה זענען געלערענטע שלעגערס.
די בחורים זענען צורצחט אויף טויט, היינט האבן זיך די בחורים ווייטער געמקלט איינעם דעם צווייטען, די עלטערע בחורים האבן אנגעהאקט די ביינער פאר צוויי אינגערע בחורים.
שוין איבער א וואך צייט וואס די מלחמה דארט גייט אן במלואה, ר' אברהם ישעי' ווייס דרייט זיך ארום פארלוירען נישט וואוסענדיג וואס צו טאן מיט די חיות.