| נשלח ב-18/8/2010 18:24 |
|
| |
פיינעלי: דער אמת איבער די מחללי קברים "אתרא קדישא"
הקדמה.
"אתרא קדישא" ווערט געפירט דורך עמרם טייטלבוים און נחום עתיק און נאך עטליכע טעראריסטן (איך וויל נישט זאגן נעמען, נאר די וועלכע זענען שוין ממילא אין די נייעס), וועלכע האבן אין לעבן זייער אסאך ציהלן, אויסער איין זאך: כבוד שמים.
יעדער ווייסט וואספארא שמוציגער פנים די חרדישע אידן טראגן ליידער היינט צוטאג אין ירושלים. אין די צייטן פון ר' עמרם בלוי זי"ע, ווען מען האט אויך לוחם געווען אן קיין פשרות קעגן יעדע פירצה, איז נישט געווען קיין שמוץ! עס איז געווען "איידעלע אבער שטורמישע מערכות!" דער מושג פון ברעכן פענסטער און שלאגן פאליציי און אפילו נאכשרייען "נאצי", דאס איז אמאל נישט געווען.
די אלע מעשים פון די חברה, האט איין ציהל: פאן! נישט אלע, עס זענען דא מיטגלידער וועלכע העלפן זיי ארויס און מיינען עס נעבעך ערנסט, אבער עפ"י רוב די מערכות וואס ווערן אנגעפירט דורך זיי זענען אויף דעם שטייגער און זיען אן א חילול שם שמים איום ונורא.
אבער, נישט דאס איז אונזער נושא דא, עס איז נאר גוט דאס צו וויסן, און אויך ברויך מען וויסן אז די "עדה" ווערט היינט ליידער געפירט דורך זיי. נישט אז די רבנים שעצן זיי, רוב רבנים פון די עדה האבן זיי פיינט שנאת מות, נאר, יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט! יא, אזוי ווי איר הערט. אלעס ציטערט פון די טעראריסטישע גרופע, וואס ווער עס וואגט זיך נאר צו טראכטן אנדערש ווי זיי איז "אחת דתו להמית" בלי גוזמא! (דער גאבד איז יא מיט זיי, זיי האבן אין אפגעקויפט און זיי זענען זיינע בני בית.
צום ענין.
שוין זייער אסאך מאל האט זיך געמאכט אז מען האט זיך איבערצייגט אין די קראנטקייט פון די מערכות פון אתרא קדישא בראשות ר' דוד שמידל שליט"א.
עס געדענקט יעדער ווען דער ברך משה האט זיך געבייזערט אויף זיי ביי זייער מערכה מיט קדמונינו.
דער ברך משה האט דעמאלס געזאגט אזא ווארט: עס איז דא א נוסח וואס מען זאגט "ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו", האט ער געזאגט, ביי אתרא קדישא איז דער "על ידינו" פריער ווי די "שיתקדש שם שמים"... ודפח"ח.
און דאס דארף מען קיינעם נישט דערציילן, יעדער האט מיטגעהאלטן וואס עס האט זיך אפגעטוהן ביי שפאניע, ווען מען האט געהאט דערגרייכט אן אפמאך מיט די דארטיגע רעגירונג צו צוריק באגראבן די ביינער, און שוין נאכן באגראבן, זענען געגאנגען די חברה און אנגעפירט א מערכה מיט די שפאנישע רעגירונג. א שרעקליכע התגרות באומות אן קיין שום תירוץ, נאר די איינע: אויב נישט איך בין דער מציל, איז עס טריף.
אבער, וואס נישט יעדער ווייסט איז, אז דאס זענען נאך פון זייערע מצוות.
עס איז דא א פיל טיפערע קארופציע ווי דאס אז מען לאזט נישט א צווייטן טוהן. ווייל דאס אליינס, אויב טוען זיי ווען יא ריכטיג, וואלט געווען א האלבע צרה.
די מעשה איז אבער אז ווי איר וועט באלד הערן איז דא דא א מיסיע צו מאכן "מהומות". ווייזן אז מען לעבט. מען קען דאס אנרופן אז זיי ווילן ווייזן אז די חרדישע אידן לעבן, און מען קען זאגן אז זיי ווילן ווייזן אז אתרא קידשא לעבט. אבער איך שיהיה, איז דא אזא באגריף, אז אפילו ווען אליבא דאמת וואלט מען זיך געקענט דורכקומען מיט די ציונים איבער א געווייסע גזירה אדער פראבלעים, אז זיי זאלן אפשטעלן זייערע מעשים, וועט מען ענדערשט לאזן קראכן די פארהאנדלונגען, אזוי ארום וועט זיין "לעבעדיג"...
איז דאס דער דעת תורה? איז דאס דער דרך פון רביה"ק זי"ע? איז דאס דער דרך פון אלע פריערדיגע לוחמי מלחמות השם? אוודאי נישט!.
יעצט צו אונזער ענין מיט די חילולי קברים.
אשקלון:
די סדר איז געווען ביז היינט, אז דער הויפט פון די ארכילאגן (די רשות העתיקות), ווען זיי ווערן אראפגערופן צו א פלאץ צוליב וואס דארט זענען פאראן אלטע זאכן, שיקן זיי א פאקס פאר אתרא קדישא, און אתרא קדישא שיקט אהין א משגיח וועלכע מאכט זיכער אז ס'איז נישטא קיין קברים, און אויב אז מען זאל נישט גראבן נאר לויט די הלכה.
דער הויפט פון די ארכילאגן אין ירושלים איז איינער אופמאן (שר"י!). ווען מען האט אנגעהויבן גראבן אין אשקלון, האט דער אופמאן געזאגט פאר ר' דוד שמידל אז מען גייט דארט גראבן, אבער דא קען ער אים נישט העלפן, ווייל די רעגירונג איז אנטשלאסן צו גראבן. נו, אוודאי עפנט מען א מערכה כבידה קעגן די רשעים.
איז אבער אתרא קדישא (סיקריקים בלע"ז) געגאנגען, און אנגעזייט פריוואטע חורבנות פאר דעם אופמאן. איבראל ווי ער ארבעט אין א פלאץ, וואס אייגנטליך וויסט אתרא קדישא דערפון נאר צוליב אופמאן'ס וויליגקייט אריינצורופן משגיחים אויפן פלאץ, און אתרא קדישא גייט אהין איבערדרייען! מען מאכט שריפות, מען צושטערט זייערע גראבונגען (נישט ביי מקום קברים). דער אופמאן בעט זיך צו זיי: וואס ווילט עטס פון מיר? גייטס צו די רעגירונג, גייטס קיין אשכלון, גייטס וואו עטס ווילטס, אבער איך האב דאך ענק נאר גוטס געטוהן, (נישט אז ער איז א צדיק. ער איז א רשע אז ער גראבט קברים, אבער ווען ער טוט עס ווייל ער מוז און די רעגירונג לאזט אים נישט פארהאנדלען, איז נישט די וועג צו טעראריזירן אים פריוואט!). וואס איז די תוצאה פון אזא נארישע טעראריסטישע אויפפירונג? אז דער אופמאן וועט מער נישט וועלן פארציילן ווען ער גראבט ערגעץ אנדערש, און וועט אויפהערן שיקן די פאקסן, וועלנדיג אפהאקן מיט די משוגעים. נישט אזוי?
וכך הוה!.
די לעצטע דריי חדשים האט ער אויפגעהערט איינצומעלדן וואו מען גראבט און קיינער ווייסט נישט צו מען גראבט יעצט ערגעץ קברים! יעצט זאגט איר: איז אתרא קדישא מציל קברי ישראל? אדער מחלל.
אבער, איר האט נאך געהערט נאר די פארשפייז.
יפו
דא קומט דער עיקר.
יעדער האט מיטגעהאטלן, און האלט ווייטער מיט, די שטורמישע מערכה אין יפו. אויך האט מען מיטגעהאלטן ווי א עסקן נמרץ לש"ש הרב אהרלע יאקטער האט זיך אריינגעלייגט אין די מערכה. ער האט נישט גערוהט א רגע, ער האט אויפגענומען איינעם פאר טייער געלט צו פירן זיין ביזנעס (קאנסטראקשן), ער איז יעדן טאג געגאנגען נעמען פערמיטס פאר די פראטעסטן כדי די פאליציי זאלן זיין עטוואס רואיגער, ער איז יעדן טאג געווען אין יאפו און פרובירט צו בארואיגן די פאליציי ביי די שווערע סיטואציעס, זאגנדיג אז ער וועט ושין מאכן סדר, ער האט געברענגט פאר די מוחים וואסער מיט אייז יעדן טאג, ער איז ארומגעלאפן צו רבנים ארלעדיגן חתימות אויפן חרם קעגן אלקטרה, (ער האט שוין אפילו געהאט א צוזאג פון עטליכע פרעמדע רבנים פון נישט היימישע קרייזן, ווי הרב אלישיב, אז אויב הייבט מען צוריק אן גראבן שרייבן זיי אויך אונטער, נאך וואס ער האט זיי פארגעהאלטן פארוואס די חילול קברים באדערט נאר פאר די ערליכע קרייזן אין די צייט וואס דאס האט נישט מיט קנאות צוטוהן), ווען עס איז געווען די פראטעסט אין אנטווערפן און איין קהילה האט דאס פרובירט צו צושטערן האט ער געמאכט טעלעפאן קאלס צו זיי און זיך הארציג געבעטן און מסביר געווען אז מען קען נישט פירן קיין חשבונות ווען מען גראבט אויס אונזערע עלטערן, און אזוי ווייטער און ווייטער.
ער האט ווי פארשטענדליך געארבעט צוזאמען מיט אתרא קדישא, הגם ער האט זיך צוהאנקערט מיט זיי דא-דארט, למשל, ער איז אריין צו די פאליציי סטאנציע אין יאפו, און איבערגעגעבן א שיינע בריוו ווי ער איז מסביר אז מען מיינט נישט זייער שלעכטס נאר מיר קענען נישט איינרוען ווען מען גראבט קברים, און האט זיי מסביר געווען אז עס איז זייער מעגליך אז מען גראבט זייער אייגענע עלטערן און די עלטערןו אויף יענע וועלט קוקן זיך צו ווי מען שלאגט די וואס נעמען זיך אן פאר זייער כבוד. עטליכע פאליציי אפיצירן האבן געוויינט! הערנדיג זיינע שיינע געבעטן, און דאס אלעס האט ער געטוהן כדי צו פרובירן אז די פאליציי זאלן זיך אויפפירן אביסל רואיגער, אבער דא זענען שוין די אתרא קדישא חברה געווען אויף אים טויט ברוגז, היתכן ער "רעדט" מיט די פאליציי. זיי זענען שקצים! מען טאר ניט זיי נישט שטיין אין ווארט!. אבער א נארמאלער מענטש פארשטייט אז מען מוז פירן א מערכה מיט אביסל שכל, און אויב ווערן די קעפ פון מוחים געשפלינדערט איז די בעסטע וועג זיך צו בעטן ביי די פאליציי. אבער גיי זיי מסביר פאר די טעראריסטישע קעפ. אבער, דערוייל האבן זיי נאך געארבעט צוזאמען.
וואו האט עס אויסגעפלאצט?
ווי יעדער ווייסט זענען געווען צוויי וואכן שטיל וואס מען האט נישט געגראבן. וואס איז דעמאלס געווען? קיינער ווייסט נישט. דאס איז סאמטינג פישי. זיי האבן דאך אפגעשטעלט די ארבעט פאר א סיבה, זיי ווילן פארהאנדלען. נו? וואס איז למעשה געווען? וואס האט מען פארהאנדלט? פארוואס איז עס דורכגעפאל? קיינער ווייסט נישט. וועל איך אייך דערציילן:
אהרלע יאקטער האט זיך אראפגעזעצט מיט די קאמפאני און מיט די לויערס, און זיי האבן מסביר געווען אז עס איז שון נישטא מער קיין קברים, די איבריגע חלק שטח האט נישט קיין קברים. האט ער גאזאגט אז ער טראסט זיי נישט. (מען קען זיי באמת נישט טראסטן).
ער האט פארלאנגט פון זיי אז מען זאל צוערשט לאזן מאכן א ליקוט עצמות, און דערנאך וועט מען זעהן ווייטער. האבן זיי געזאגט אז מען קען קומען דאס מאכן. אבער, יעדער וואס גייט אריין מוז אונטעשרייבן פאר א לויער אז ער גייט נישט קלעימען קיין אינשורנס. אהרעלע איז אריבער צו שמידל, און פארציילט אז מען קען גיין מאכן א ליקוט עצמות. האט שמידל געזאגט אז מארגן צופרי וועט ער שיקן 50 אינגעלייט, און אזוי האט מען טאקע אפגעשמועסט מיט ביידע צדדים.
צופרי איז אהרעלע אנגעקומען, עס זענען געווען דארט די לויערס און די קאמפאני. ער ווארט און ווארט און קיינער קומט נישט, רופט ער אן שמידל, ענטפערט ער אז "מען איז אינטערוועגנס". נו, ווארט ער האך אביסל. ווייסט איר ווי לאנג די ביסל איז געווען? אכט שעה! אכט שעה איז ער געזעסן און געווארט אינאיינעם מיט די לויערס און קאמפאני פארטרעטער, ואין עונה. נאר אכט שעב זאגן די לויערס פאר אהרעלע: דו זעסט נישט אז דו ארבעטסט דא מיט בהמות? מיר ווארטן נישט מער, מיר גייען אהיים.
אהרעלע רומט אהיים צובראכן, ער גייט ארויף צו שמידל און פרעגט אים וואס איז פשט? זאגט שמידל, מיר קענען נישט באשליסן צו מאכן א ליקוט עצמות, מען מוז גיין צו די רבני העדה.
גוט, אהרעלע לויפט צו די רבנים. ווייסט איר וואס זיי ענטפערן? יעדער עקסטערע האט געענטפערט אז זיי רעדן נישט אריין אין א זאך וואס האט צוטוהן מיט קברים, וויל אויב יא האט ער מארגן א פראטעסט ביי זיין שטוב (!), און דעריבער זאל ער נאר רעדן צו שמידל. ביז ער איז אנגעקומען צום ראב"ד, און דער ראב"ד האט געזאגט אז זיכער ברויך מען מאכן א ליקוט עצמות, וואס איז די שאלה.
ווי נאר ער גייט ארויס פון דארט, הייבט אהרעלע אן צו באקומען טעלעפאן קאלס פון די חברה, וואס? דו ביסט געווען ביים ראב"ד רעדן זאכן וואס געהערן צו שמידל? דו ווייסט נישט אז מען טאר נישט רעדן וועגן קברים נאר מיט שמידל? זאגט ער אז וואס הייסט, שמידל האט אים געשיקט. זאגן זיי, וואס הייסט, דו ווייסט נישט אז דאס איז נאר "דאמירן בעלמא"? מען טאר נישט למעשה רעדן צו קיינעם!!!
דא האט ער שוין אנגעהויבן זעהן מיט וואספארא חברה ער האט צוטוהן.
למעשה איז ער דאך געגאנגען זיצן מיט די קאמפאני (עס איז דא דארט איינער מטן נאמען שחר פערי וואס נעמט קער פונעם פראיעקט), און פרובירט צו פארהאנדלען ווייטער, האבן זיי אים גאזאגט, שרעקעדיגע ווערטער! הערט און שטוינט!!!
מיט עטליכע יאר צוריק האבן מיר שוין געשיקט פאר אתרא קדישא אלע בוי פלענער, און אנגעפרעגט וואס זיי האבן צו זאגן, און קיין אנטווארט איז נישט געקומען!!!
עד היום האבן זיי מיט אונז קיין ווארט נישט גערעדט, נאר טעראריזרט און פראטעסטירט!
נישט אז מיר גייען מצדיק זיין א רשע וואס גראבט קברים, אבער איר הערט וואס דא טוט זיך?! די חברה זענען געווען געהעריג גרייט אפצולאזן די קברים און בויען לויט די אנווייזונגען! ביז.. זיי האבן געזעהן אז זיי האבן דא צוטוהן מיט משוגעים! עס איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, אויסער פראטעסטן, נו אויב אזוי האבן זיי באשלאסן צו טוהן ואס זיי ווילן און פארטיג.
אהרעלע האט אבער ווייטער פרובירט זיי צו בייגן און איבעררעדן אז ער וועט ארלעדיגן אז שמידל זאל אריינקומען און גיבן אנווייזונגען אויף ווייטער וכו'. און: זיי האבן מסכים געווען! דהיינו: זיי זענען מסכים אז מען זאל אריינקומען מאכן א ליקוט עצמות, צוריק באערדיגן אויפן זעלבן פלאץ, און נישט בויען ווייטער נאר מיט א משגיח. פשש! געוואלדיג! וואס ברויך מען מער. גייט ער צו ר' דוד שמידל, און פרובירט צו מסביר זיין אז די מערכה קען זיך ענדיגן, זיי זענען מסכים אויף אלעם. אבער ר' דוד זאגט אן אנטווארט וואס איר ווילט זיך נישט גלייבן: "לטובת המערכה" דארף די מערכה ווייטער אנגיין". (!!!!!!!!!!)
יא! כאפט אייך אן אין בענקל, און ליינט דאס איבער!
פארשטייט איר וואו מיר האלטן יעצט? זיי זענען מסכים צו פארהאנדלען, זיי זענען מסכים אויף אלעם, (איך ווייס נישט צו יעצט נאך אויך, מסתמא האבן זיי שוין לאנג אויפגעגעבן צוליב דשי משוגעים), אבער מען שיקט ווייטער דעם עולם פראטעסטירן! ווער גייט ארויס קיין יאפו? נישט עמרם טייטלבוים, נישט עתיק, נישט קיינער פון די טעראריסטן, מען שיקט דעם עולם גולם! זאל דער עולם גולם כאפן קלעפ ווייל איך וויל אז עס איז זאל זיין ווייטער א "טובת המערכה". זאלן די ביינער פון אונזערע עלטערן זיך וואלגערן, ווייל "טובת המערכה", זאלן די ארכילאגן גראבן איבעראל און נישט פארציילן מער פאר קיינעם, ווייל, טובת המערכה.
און נאך איין נקודה, אפילו ווען זיי זענען נישט גרייט צו פארהאנדלען, ווערט האט דיר פארציילט אז עס איז נאך דא קברים? ווער זאגט אז מען מוז גיין ווייטער אויף מסירת נפש? אפשר איז אמת אז עס איז נישטא מער קיין קברים??? פארוואס זרלן קעפ צעשפאלטן ווערן ווען קיינער איז נישט געווען אינעווייניג צו זעהן אפילו צו ס'איז נאך דא קברים? פארוואס זעהסטו נישט אז מען זאל אריינלאזן א משגיח און מען זאל בודק זיין צו ז'איז נאך בכלל דא קברים, א זאך וואס די קאמפאני האט גערן מסכים געווען?
און טייערע ידידים! ווערט נשט איבערגענומען ווען איר זעהט ווי די מערכה גייט ווייטער אן און אלע ערליכע רבנים שיקן ארויס דעם עולם און די עדה שרייבט ווייטער אז מען גראבט, ווייל:
נעמט אייך גוט אריין אין קאפ! מיר לעבן אין א "עולם השקר"!!!
יא, די טעראריסטן פירן די מערכות, טייל רבנים ווייסן נישט וואס דא טוט זיך אונטער דעם, און די אנדערע טייל האבן מורא ארויסצוזאגן וואס זיי וייסן, און אלעס פארט ווייטער...
===========
אלזא אצינד אז די טעראריסטן האבן געזעהן אז דער אהרעלע האט ארויס די קארופציע און ער לויפט ארום צו רבנים און ס'איז צרות, וואס טוט מען?
קיין פראבלעם.
מען הייבט אן פארקויפן א מעשה: די ציונים האבן געהאט ביי אונז באהאלטענע אגענטן, ב"ה מיר זענען פשטור געווארן פון זיי!
פשוטו כמשמעו... א מעשה פון עמרם טייטלבוים.
פארוואס זאס איך דאס? ווייל אויב וועט איר ליינען ערגעץ אין די קומענדיגע טעג אז די ערב רב וויל חרוב מאכן אידישקייט און מישט זיך אריין אין זאכן וועלכע געהערן נאר צו די רבני העדה (לייען: ר' דוד שמידל און עמרם ט"ב), זאלט איר וויסן פון וועמען מען רעדט.
=======
עס איז דא נאך אסאך צו זאגן, אבער דאס איז גענוג אויף דערווייל.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 18/08/2010 18:44:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2011 20:55 |
|
| |
| במרחק מאות מטרים מאנדרומדה: פעילי 'אתרא קדישא' מחללים קברים • תיעוד מחריד | | רוצים לדעת קצת יותר על 'פעילות הקודש' של 'אתרא קדישא'? • למתחם אנדרומדה הם הביאו מאות מפגינים, אבל במתחם אחר, ברחוב שמעון בן שטח, הם דרשו מהמנהלים: תשלמו ונעזור לכם - או שנילחם בכם • תיעוד שלב אחר שלב של מלאכת פינוי הקברים • לא לבעלי לב חלש • פרסום ראשון | | יקי אדמקר, בחדרי חרדים 20:35 14/02/2011 | | | ככה מעבירים גולגולת. צילום: בחדרי חרדים | |
| | | 0 |
|
| | | > | ראשי ארגון 'אתרא קדישא', שנלחמו בקול רעש גדול נגד חילולי הקברים במתחם אנדרומדה ביפו בטענה כי מדובר בחילול קברי יהודים עתיקים - אחראים בחודשים האחרונים, בפרויקט אחר, במרחק מאות מטרים, לחילול קברים המתבצע בהוראתם ובפיקוחם המלא.
למרות שהמאבק ביפו הסתיים בקול ענות חלושה, את המחאות היומיומיות אי-אפשר לשכוח.
מדי בוקר התייצבו מול מתחם אנדרומדה מאות מפגינים, שזעקו: "קברי ישראל אינם הפקר - גיוואלד".
בין המפגינים היה ניתן להבחין לא פעם בנציגים של 'אתרא קדישא' שהגיעו למחות נגד החילול הקרוב מאד לליבם.
גם יו"ר הארגון, הרב דוד שמידל, לא נעדר מההפגנות.
ל'בחדרי חרדים' הגיעו תמונות מזעזעות, המתעדות את 'פעילות-הקודש' של 'אתרא קדישא' במתחם אחר, הממוקם במרחק מאות מטרים בודדים, ברחוב שמעון בן שטח. |
> | כך זה קרה, שלב אחר שלב | התנהלות הארגון, הנחשפת כאן לראשונה, מלמדת אולי משהו על התנהלות הארגון במחאותיהם השונות נגד חילולי קברים.
לטענת גורם בכיר שהיה מעורב במשא ומתן בין הארגון לבין היזם הפרטי שבבעלותו מתחם אנדרומדה, "ראשי הארגון באו לראשי הפרויקט ודרשו סכומי עתק, קרוב למיליון שקל.
"הם הציבו אולטימטום: או שתתנו מיליון שקל ונהיה בשקט - או שנביא את המפגינים ונלחם נגדכם".
לטענת הגורם, לאחר שסירבו ראשי הפרויקט במתחם אנדרומדה לשלם כספים לראשי הארגון, הללו הבטיחו כי ייפתחו במלחמת חורמה נגדם ונגד חילולי הקברים, כביכול, שנגרמו במקום.
אולם נגד בעלי המתחם ברחוב שמעון בן שטח, לא די ש'אתרא קדישא' לא נלחם - אלא שפעיליו הנמרצים סייעו בגופם במלאכת פינוי הקברים.
פנינו לרב דוד שמידל, יו"ר 'אתרא קדישא', אך הוא סירב להגיב לטענות.
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 19:28 |
|
| |
אין א צווייטן אשכול האב איך שוין געהאט געשריבן אנהויב וואך איבער די נושא אין קורצן, און די צייט ערלויבט מיר נישט צו שרייבן יעצט מער באריכות, אבער דאס איז טאקע די מעשה.
היות די מחללי קברים "אתרא קדישא" האבן זיך דערזעהן אז מען הייבט אן לאכן פון זיי, און דא אט אט דערנענטערט זיך דער קאמפיין ערב יום הקדוש, און.. וואס וועט מען זאגן פארן עולם גולם?
האט מען זיך גענומען זוכן וואו צו מוחה זיין, און אז מען זוכט טרעפט מען.
דארט אין גני טל, אינעם דערפל וואס הייסט "חפץ חיים", איז דא א מעיאר וואס איז דער מעיאר אויף עטליכע דערפלעך, דער מעיאר איז א ספרדישער, זייער א ערליכער, ער העלפט ארויס מוסדות התורה און אלע סארט הצטרכות פאר חרדישע אידן.
ווען עס האט זיך אנגעהויבן די בוי ארבעט און מען האט געפינען מעגליכע קברים, האט ער געזאגט אז עס איז דא גענונ פלאץ צו בויען, און מען זאל נישט בויען דארט.
אצינד האבן די ארכילאגן געוואלט בלויז עפענען און מאכן בילדער, אבער נישט צורירן צו די קברים.
נעכטן זענען אנגעקומען אינגעלייט וועלכע לויפן מיט א תמימות וואו אתרא קדישא שיקט, און מוחה געווען.
דער ערליכער מעיאר האט דאס נישט אויסגעהאלטן. וואס ווילן די משוגעים דא?
הרב אהרעלע איז אנגעקומען צום פלאץ, און ער האט אנגערופן עטליכע רבנים פארציילן. ער האט פארבינדן דעם מעיאר מיט איינעם פון די רבני העדה, וועלכע האבן אין אויסגעפרעגט און געבעטן א פעקס נומער, און אריינגעשיקט א פסק אז מען מעג לאזן די ארכילאגן דאס טאן. אויך האט ער אים פארבינדן מיט נאך רבנים פון נאך קרייזן, און ער האט געהאט דריי גרויסע אויסגערופענע רבנים.
היינט אינדערפרי ווען די חברה זענען ווידער אנגעקומען, האט דער מעיאר געזאגט פאר יחזקאל קאלמאנאוויטש (אתרא קדישא) אז ער איז פארבינדן מיט רבנים, און אויב ביז 5 מינוט זענען די חברה נאך דא, גיבן אים די רבנים א בריוו אז הרב אהרעלע יאקטער איז ממונה צו מפקח זיין דאס פלאץ און גיבן די אנווייזונגען!
ביז "דריי" מינוט איז געווען ליידיג דארט!
==============
עס מוז ווערן צוגעלייגט אז דער מעיאר איז אויך מעיאר אויפן דערפל "יסודות", וואו אתרא קדישא האט א פעלד וואו זיי זאגן אז זיי האבן דאס אפגעקויפט פאר גרויס געלט כדי צו באערדיגן דארט די עצמות וועלכע ווערן אויסגעגראבן ה"י דורך די אריכלאגן. פארשטייט זיך אז מען פאנדרעיזט אויף דעם חשבון וואס מען האט "געקויפט" דעם שטח.
דרוקט זיך אבער היינט דער מעיאר אויס פאר הרב אהרעלע: איך פארשטיי נישט די מענטשן, איך בין דאך אזוי גוט צו זיי, פארוואס טוען זיי צו מיר די פראבלעמען? איך האב דאך זיי צוגעשטעלט "בחנם" דעם שטח אין יסודות, און ארלעדיגט אז די ארטיגע חברה קדישא זאל טוהן אלע ארבעט אויפן פלאץ "אומזינסט"!...
קאמענטארן זענען איבריג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 11:06 |
|
| |
פרישע נייעס מחפשים אקשן: קברים - אין, הפגנות - יש • פרסום ראשון
מספר אברכים ירושלמים הגיעו היום ליישוב גני טל, כדי להפגין נגד 'חילול קברים' במקום • מתברר שבמקום לא מתבצע כלל חילול קברים, אך למרות הכל 'אתרא קדישא' החליטו: יוצאים להילחם • למה, אתם שואלים? גם הקבלנים שואלים
יקי אדמקר, בחדרי חרדים
תאריך: 25/08/2010 00:18:00 |
המאבק הבא הנחשף לראשונה כאן ב'בחדרי חרדים' עלול להביא את מאבק הציבור החרדי נגד חילולי הקברים בארץ חזרה לכותרות, הפעם במוקד חדש אך ללא סיבה אמיתית למחאה.
בימים האחרונים הגיעו צוותי עבודה שונים לשטח הבנייה של הישוב גני טל האמור להבנות סמוך לקיבוץ חפץ חיים.
עוד לפני שהחלה הבנייה נמצאה במקום מערת קבורה שם ככל הנראה נמצאים עצמות אדם מלפני שנים רבות. יו"ר המועצה שהיה נוכח במקום הודיע כי הוא לא מעוניין לבנות את הישוב במקום כזה וצריך להתחיל לחפש שטח בנייה חדש ולהשיג עליו אישורים.
גורמים המקורבים ליו"ר המועצה מספרים כי הוא מעוניין להימנע ממאבקים כאלו ואחרים המתנהלים בערים ובמוקדים שונים בארץ בימים האחרונים.
לתמונה נכנסה רשות העתיקות, על פי דיווח שקיבלו שם הודיעה הרשות כי היא לא מעוניינת לחפור במקום אבל מה שכן הם רוצים, להיכנס עם צוותים מיוחדים שיתעדו את המתרחש מבפנים, יכסו את השטח ויצאו החוצה. הדבר כרוך בכניסה בלבד ללא חשש לחילול קברים.
ב'אתרא קדישא' החליטו שכניסתם של רשות העתיקות היא פגיעה בקברים למרות שאין בהם כל חילול. יו"ר אתרא קדישא, הרב דוד שמידל שנמצא בימים האחרונים בחו"ל לא מנהל את מה שמנסים לכנות המאבק החדש. מי שמחליפו הוא הרב חזקי קלמנוביץ.
קלמנוביץ החליט כי למרות שרשות העתיקות לא מעוניינת לחפור באותה מערת קבורה יש חשש הלכתי לחילול הקברים ועל כן צריך לדאוג שציבור האברכים היוצא מידי שני וחמישי למחאה על חילולי קברים במקומות כאלו ואחרים ייצא למחות גם פה.
על פי התכנון, ייצאו להפגין ולמחות אברכים משכונת מאה שערים ומהעיר בית שמש לכיוון חפץ חיים כדי למחות על מה שבכלל לא כולל חילולי קברים אם בכלל יתבצע משהו בשטח.
תגובתם של 'אתרא קדישא' ויחזקאל קלמנוביץ לא הושגו עד לפרסום הכתבה.
מוקדם עוד לדעת, האם באמת מדובר במאבק חדש שתנהל אתרא קדישא בשבועות הקרובים או שמא גם הוא רק אחד ממילוני תכנוניו של הארגון? האם הישוב 'גני טל' ייבנה בסופו של דבר במקום או לא? גם את זה קשה לדעת.
'בחדרי חרדים' ימשיך ויעקוב אחר ההתפתחויות והדיווחים בעניין זה.
| | | |
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 00:05 |
|
| |
איך הער נישט נחום ראזענבערג נישט אלטר משה גאלדבערגער אין נישט די אזוי גערופענע ועד הפעולה האטליין'ס אין קיין שום שמיציגע האטליין'ס לשם מחלוקה ושנאת חינם וניוויל פה
אבער אין גאס שמועסט מען אז אויף זייער האטליין רייסן די זאלי'ס זיי אראפ הרב יאקטער מיט די זעלבע לשונות ווי זיי רייסען אראפ אין זייער שונד בלעטער די סאטמארע, מיט אזעלכע טיטל'ן ווי עמלקים אד''ג
עס איז כדי צו באמערקן איז ביז נישט לאנג ציריק האבען זיי גענומען פין אים אינפארמאציע אין גענומען קרעדיט אויף א חלק פין זיינע פעולות אבער אז מען גייט נישט אין שפאן ווערט מען.....
דער אתרא קדישא האט שוין א ווייטע היסטאריע, ווער געדענקט נישט וואס פאר לשונות של גנאי זיי האבען באטיטולט די גרעסטע גדולי אירופה חברי וועד להצלת בתי עלמין פאר'ן חטא אז זיי האבען געארבעט מיט ''שכל אין געפיל'' אין געראטעוועט די בית החיים אין טאלעדא - שפאניע {ס'האט געפעלט דער ''על ידינו''}
פאר הרב יאקטער דארף דאס זיין א געוואלדיגע כבוד צו ווערן אטאקירט פין זיי, הכל לפי וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 18:33 |
|
| |
אויף די אינפא-ליין פון די וועד הפעולה פון התחאדות הרבנים (ע"ה) אויף קנעפל 2 רעדט דארט איינער, ס'סאונד ווי א פלעינער משוגענער, און ער שעלט דארט צוזאם דעם עסקן ר' אהר'לע יאקטער הי"ו, כלומר'שט אז ער האט באקומען געלט-שוחד פון די פאליציי וכדו'. (זייט ווען פיהרט מען אזוי א מערכה, אז מען רעדט צוזאם אויף א טעלעפאן ליניע אויף א מענטש פריוואט? איז עס נישט מעשי אלטר משה ג"ב?).
אבער מיטוואך האט יענער צודרייטערט געזאגט אויף קנעפל 2, אז מען האט באזייטיגט די וואס האבן פון 'אינעווייניג' פרובירט צו שטערן די מערכה, און האבן אריינגעמישט פרעמדע קרייזן דערין, (בערך אזוינע ווערטער), איר הערט?! וויל מען מען זאל אויפהערן גראבן? אדער וויל מען מען זאל ווייטער גראבן? זענען די מחאות א ציהל אדער א מיטל?
אוודאי דארף מען נעמען אויך אנדערע קרייזן אויב עס איז א ספק ספיקא אז עס וועט העלפן, אזוי האט דער רבי זי"ע געטוהן אין אמעריקע ביי די גרויסע פראטעסטן, און אזוי האט די "עדה" געטוהן אום תשמ"א ביי די פרשה פון מורד הר הבית ווען אלע ליטווישע גדולים האבן זיך צוגעשטעלט דערצו.
ומכאן ראי', אז ביי זיי זענען די מחאות א 'ציהל', נישט קיין מיטל מען זאל אויפהערן צו גראבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 15:50 |
|
| |
שלמה. דאס מיינט אז ער קען זייער גרינג פארנארט ווערן
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 15:31 |
|
| |
וואספארא מין טענה איז דאס? איז ער א נער איז וואס? מ'דארף נישט זיין קלוג אויפצוטוהן פאר אידישקייט, מ'דארף זיין ערליך
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 00:12 |
|
| |
זעהט אויס אז בי"ד האט נישט קיין אנדער ברירה, קיין שום נארמאלער מענטש גייט נישט אריין אין לייבן גרוב, און קיינער האט זיך נישט געוואגט זיך צו אנהויבן מיט די טרוריסטיטן חוץ פון איין נאר
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 23:56 |
|
| |
יענקי123 וואס זאגסטו יעצט????איז בי"ד משוגע געווארן??? גענומען עפעס א "צודרייטן" יאקטער צו אנפירן אין יפו????
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 21:44 |
|
| |
גערעכטער
ביטע ניץ נישט די סקאנדאל אין אויפדעקונג אויף אתרא קדישא צו ריינוואשען תולדות אהרן אויף אנדערע שמיץ,
עד היום הזה זענען זיי אריינגמישט אין גענוג שמיץ אין זייער רבי ברעכט זיך צו די דרוק פין לעפקאוויטשעס אין גאדינגער פאר די פאר דאללער וואס זיי געבן אים
אז די ווילסט עפן א עקסטערע אשכול וועגן דעם
יענקי
ר' אהרן יאקטער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער פארטרעט אתרא קדישא
ס''ה האט אתרא קדישא גענומען קרעדיט אויף אסאך השתדלות וואס ער האט געטוהן
דאס שרייען אז ער איז א טיפוש, מאכט אים נישט אפגעפרעגט ווייל אין א''ק ארבעטן נישט נאר טיפשום נאר אסאך ערגער כידוע, שוין נאכדעם וואס ער קוקט שוין גארניש אויס צו זיין אזא טיפוש. אין ברענג נישט קיין ראי' פין משה הירש, ווייל ער טוט מאדנע זאכען אין פינקט ווי נטורי קרתא האט א ווארט ביי די פרעסע אין די גאנצע וועלט מיט זייערע פראטעסטן אין מעשים האט ער אויך געהאט, טראץ וואס די ריזיגע פראטעסטן אין אמעריקא באקומען גאנץ שוואכע דעקונג קעגן די נטו''ק פראטעסטן
אין די אישו וואס מיר ברענגן פין מילך שטערן איז אויף אזויפיל
ביי די שמיציגע פרשות פין מילך שטערן ווי די פרשה אין שפאניע מיט די רעפארמער פין די זכור באוועגונג ווען מ'האט מפנה געווען א גאנצע ביה''ח ר''ל
אין ביי די שמיציגע פרשה אין טאלעדא ווי מען האט געמאכט א חילול ד' אין התגרות באומות אין ווען די רעגירונג האט שוין געהאלטען טיעף אינמיטן פארהאנדעלן מיט וועד להצלת בתי חיים האט זיי נאך ארגענזירט א דורכגעפאלענע פראטעסט קעגן די רעגירונג פארגלייכענדיג די יעצטיגע רעגירונג מיט די אינקוויזיציע,
אין ביי אלע אנדערע פרשות פין מילך שטערן ווי ווילנא אדער קראקא אא''וו (אז איך קען נישט זאל קיינער נישט קענען)
(עס איז נישטו קיין איין בית החיים וואס זיי זאלען האבען געראטעוועט אין אויסלאנד (פין א''י רעדט איך נישט יעצט) נאר חרבנות ווי זיי האבען נאר געקענט)
האט מען אלס פארענטפרט ר' דוד שמידל אז מילך שטערן איז נאר א''ק ''בארה''ב'' אין ר' דוד איז נישט אינוואלווד אין די פאקטן אין גלייבט מילך שטערן בליענדערהייט, אבער דא זעהט מען א מעשה וואס דער עסקן אנדעקט אז אין ארץ ישראל איז דא די זעלבע חורבן, אין די זעלבע פראבלעם וואס מען שוין געזעהן אין צפת ווען די עדה האט מיסד געווען קדמונינו קעגן א''ק איז נאך דא עד היום הזה, אין ר' דוד'ס כבוד במקומו מונח איז אבער א''ק בארה''ק גארנישט בעסער פין א''ק בארה''ב
אין נאכמאל די סקאנדאל נעמט נישט אוועק פין ר' דוד'ס פערזענליכע חשיבות, מען האט נישט געהייסען מאכען פאר אים פאני קאללס, אדער נאכשרייען קעציל פרעציל, ס''ה אנדעקט מען אז מען ניצט מען זיין נאמען צו פארטיידיגען א ארגענזעציע וואס טוט אזעלכע זאכען..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:53 |
|
| |
יענקי, אויב איז דיין טענה אז ער איז א מענטש אליינס, דאן הער צוויי פונקטן:
1) דו ווייסט בעסער ווי מיר אז ער איז נישט קיין יחיד וואס האט ארויס דעם פראבלעים, און דו ווייסט אויך וואספארא גענגסטער גרופע אתרא קדישא איז, ער איז אבער יא א יחיד אין איין זאך: ער איז דער יחיד וואס האט באשלאסן צו איינשטעלן זיין לעבן און מפרסם זיין דעם אמת!
2) עס ערווארט דיר גרויסע סורפרייזעס בעז"ה...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:22 |
|
| |
איי, ווען דו זאלסט וויסן וואס טעראר מיינט...
לדוגמה וועל איך פארציילן איין פאקט וואו מען קען אביסל באגרייפן וואספארא טעראר זיי פירן אן, און וואספארא פחד יעדער האט פון זייער באנדע:
מיט אפאר וואכן צוריק (אין די צייט ווען מהאט נישט געגראבן אין יאפו) האט זיך געטוהן, ווען מען איז געוואויר געווארן פון איין טאג אויפן צווייטן אז מגייט גראבן אין "תלפיות", און אויפצומארגנס צופרי האט מען געמאכט פראטעסטן אויפן פלאץ, און די ארבעט האט זיך אפגעשטעלט.
ווייסט איינער וואס איז געווען דארט ווייטער? ווידעראמאל: קיינער ווייסט נישט. וועל איך פארציילן.
"אהרעלע יאקטער" האט זיך אראפגעזעצט מיט זיי (נישט אתרא קדישא, סיי ווייל זיי ווילן מען זאל יא גראבן [!] און סיי ווייל די ארכילאגן ווילן שוין נישט הערן פון דאס ווארט אתרא קדישא) און זיי בויען יעצט ווייטער אן צורירן צו די קברים, און ארבייטן לויט די הוראות פון א משגיח וואס קומט יעדן טאג אויפן פלאץ. דער משגיח איז א איד וואס האט געארבעט פאר אתרא קדישא ביז בערך 15 יאר צוריק, ווען ער האט זיך אפגעטיילט פון זיי פאר די זעלבע סיבות ואכמ"ל.
ווילט איר הערן דער עיקר שאק?
דער משגיח גייט יעדן טאג אריין, מיט א "שייטל"! ער זאל אויזעהן ווי א פרייער. (איך ווייס נישט צו איך מעג דאס פארציילן דא, אבער כקען מיך נישט איינהאלטן!) פארוואס? ווייל אויב זאל אתרא קדישא געוואויר ווערן אז ער איז דארט משגיח אן זייער רשות, איז זיין לעבן - און די לעבן פון זיין משפחה - אין געפאר!
יא! איר הערט גוט.
(גערעכט, ביטע נישט גיין ווייטער מיט תו"א דא, אבער מיינע ווערטער זענען געווען בנוגע זייער געלינקטקייט, עס זענען דא נאך אישוס, וואס זייער פלאץ איז נישט דא).
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:10 |
|
| |
קיען קעלבלעך
רבותי!
זייט נישט קיין קעלבלעך.
אנהייב פון די יעצטיגע מערכה פון די קברים קומט זיך איינער א צודרייטער וואס רופט זיך עפעס א יאקטר און ער זאגט אז ער איז אתרא קדישא, האט איינער געזעהן עפעס א מודעה אז ער איז אתרא קדישא?, האט איינער געזעהן עפעס א בריוו אז ער איז אתרא קדישא?, האט איינער געזעהן ביי עפעס אן אסיפה ביים בית הדין פון די עדה החרדית דעם יאקטר?, האט איינער געזהען עפעס א בילד פון דעם יאקטר מיט ר' דוד שמידל?. ער קומט און רעדט און שרייט און לויפט צו די פאליציי און קאמאנדעוועט, ווער האט אים בכלל געבעטן?, ווער האט אים געשטעלט, ווער רעדט צו אים בכלל (חוץ דער נארישער פון די טלפון ליין...). ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז א טיפש פון ערשטן קלאס, ווער עס רעדט מיט אים 2 ווערטער זעהט זיין גרויס חכמה. איי וועט איר פרעגן, אפילו די אינטרנט שרייבערס ברענגען זיין חכמה, צו דאס איז די אפיציעלע "בחדר חרדים" סייט צו דאס איז די "ככר השבת" סייט, וועל איך אייך פרעגן בעסער, וויא קומט דאס אז די אפיציעלע גרויסע צייטונגען פון מדינת ישראל האבן אזויפיל געדעקט די נארישע פעולות פון דעם צודרייטן משה הירש וואס האט זיך געקושט מיט יאסער אראפאט און זיי האבן געשלינגען איעדע ווארט וואס ער האט נאר ארויס גערעדט פון מויל, נאר וואס קיינער פון די נארמאלע פרומע ערליכע אידן אין ירושלים גייען נישט רעדן מיט די מידיא (תקשורת) און אז עס קומט איינער און רעדט יא צו זיי כאפן זיי זיך צו צו אים אזויווי א געבראטנ'ס, אזוי הויך די נארישע מידיא פון בח"ח האבן זיך צוגעכאפט צו דעם צודרייטן יאקטר. און דא קומט דער פוינט!
וויבאלד די אהרוינים האבן א חשבון מיט מיילעך שטערן, און וויבאלד מיילעך שטערן איז דע נציג פון אתרא קדישא אין אמעריקע, ווערט אתרא קדישא פסול, לאמיר זאגן מילא אין אמעריקע אפשר איז דאס פסול נוווווו, אבער נעמען איינע פון די הייליגסטע ארגונים אין ארץ ישראל און דאס פסלענען ווייל עפעס א מיילעך שטרן איז דא אריין געמישט? נעמען א גאון ר' דוד שמידל און רעדן אויף אים כאחד הריקים?, איך בין אויך נישט אלעס איינשטימיג מיט ר' דוד אבער אים אוועק מאכן, און מיט וועמען פארבייט מען אים? מיט עפעס א צודרייטן אנאנימער מענטש וואס איז איין טאג אויפגעשטאנען און מחליט געווען אז ער פארשטייט עפעס און קברים, ער פארשטייט וויאזוי צו האנדלען מיט די ארכעאולאגן, ער טענהעט אז ער האט גערעדט מיט דעם הויפט ארכאלאג און ער האט געזעהן אז מ'קען האנדלען מיט אים, וואס מיינט איר אז ר' דוד שמידל איז היינט געבוירן געווארן? ער איז נישט געזעצן מיט די בלאפערס די ארכאלאגן?, אהרוינים און זאלוינים איך בעט ענק מישט נישט אריין ענקער מחלוקת אין יעדע אידישע זאך, מישט נישט אריין דעם רבונו של עולם אין ענקער מחלוקת, און מ'בעהט ענק ברחמים שטייט מיט מיט די מסירות נפשדיגע אידן אין ארץ ישראל וואס אנשטאט צו זיך פאשקען אין די וואסערן פון די סווימינג פולס אויף די בערג זענען זיי געגאנגען חאפן מכות אין די הייסע יפו גאסן.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 17:10 |
|
| |
| פריינדליך כתב: |  | | גערעכט. ווואס ווילסטו ארויסברענגען? עמרם ט"ב איז א תולדות אהרן'ער? |
|
איך אין דעם אשכול רעד נאר וועגן דעם נושא פון אתרא קדישא, נישט וועגן ע"ט.
|
|
|
|
|