די אהרונים ווי די ציונים האבן זיך צוגעכאפט צו זיין מעשה ווי צו א געבראטנס. ביידע אויבנדערמאנטע שמעקט ווען לוחמי מלחמות ה' ווערן באשמוצט. די שאלה איז אבער, צו איינער ווייסט ווער דער יקטר איז? איך מיין צו זאגן, מה טיבו? מיט וואס א שטייגער פירט ער די מערכה די לעצטע דריי חדשים, חוץ זיין דער אויסשליסליכער קארעספאנדענט פאר קול סאטמאר און קול מבשר?
איינער ווייסט פון וואו ער קומט, די נאמען קלונגט נישט אונגאריש, אויב עפעס איז עס לכאורה פון די ישוב הישן אידן, ווייסט איינער וואו ער באלאנגט? תו"י, סיקריקים, ליטווישע, תו"א/אי, סתם ירושלימער?
און ועוד והוא העיקר, איז דא איינער וואס ווייסט פונקטליך וואס עס גייט פאר מיט אים? און צו ער איז גערעכט צו נישט?
איך מיין אויבנאויף קוקט אויס אז ער גייט דא איינס אויף איינס מיט ר' דוד שמידל'ן פערזענליך, און ר' דוד שמידל איז שוין זעכציג יאר בתוך הענינים, און טו די בעסט אף מיי נאולעדזש עלטער פון אים מיט אפאר יאר, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ער פירט דעם ציבור ביי די נאז נאך פון די צייטן פון זיין מורה דרך דער הייליגער בריסקער רב, איז דאך דאס א מורא'דיגער סקאנדאל, און פון די אנדערע זייט זעט ליבערשט אויס אז דער יקאטר איז ענדערש א מוילמאכער און א איבערדרייער ווי א פאקטישער ערנסטער עסקן, על כל פנים בהשקפה ראשונה איז עס זייער פארפלאנטערט.
אז הגר"מ שטערנבוך האט עם גערופן קומען אין בי"ד, און ווער ער איז געקומען האט ער עם געבעטן מלקט זיין די עצמות, האט עם יאקטער גענטפערט אז ער פארשטייט נישט און קיין עצמות, האט הרב שטערנבוך ארויסגעשיקט פון לשכת בי"ד און געהייסן ווארטן אינדרויסן, און ביז 10 מינוט האט ער עם אריינגערופן און געזאגט די דארפסט טאקע נישט פארשטיין, אבער עס איז דא דריי מענטשן וואס גייען עס טאן, און איך בין זיי ממנה, און די ביסט נאר דעם נאמען, אבער צו דיין נאמען שרייב איך צו "ועוזריו" מיינעננדיג די געהיימע דריי מענטשן.
נשלח ב-20/8/2010 09:47
אפגעזאגט רבי אברהם איז געווען רנ"י וועלכער האט אים איבערגעגעבען דעם פינק סליף, ר' אברהם האט אים דאן געפרעגט פארוואס ער האט זיך פערזענליך געדארפט מטריח זיין עס אים אפצוברענגען, רנ"י האט זיך ארויסגעדרייט פון א קלארע ענטפער, אויף וואס ר' אברהם האט אים געגעבען א זאג א גמ' מיט א ענדליכע צושטעל.
געזעצן דערביי איז רא"ר פון מאנסי (דאן א בחור) וועלכער האט געלערנט בחברותא מיט ר' אברהם, און ווי ער זאגט, איז גראד נאכדעם וואס רנ"י איז ארויס, האט ר' אברהם ממשיך געווען צו לערנען, כאילו גארנישט האט פאסירט.
אמת, אז די סדרי הישיבה האט געהאט א פראבלעם מיט זיינע שפעטע מנינים ווערטשאפט, וועלכע ער האט נישט ווייטער ממשיך געווען ביי זיך אין ישיבה, ער האט בכלל נישט אן גענומען אין זיין נייע געגרינדעטע ישיבה, קיינער פון זיינע געוועזענע תלמידים, ער האט אנגעהויבן מיט יונגע בחורים.
נשלח ב-20/8/2010 03:43
רבינו הקדוש זי"ע האט קיינמאל קיינמאהל נישט פארשיקט הרה"צ ר' אברהם לייטנער ז"ל חס ושלו' דער שרייבער איז א שקרן.
ר' ליפא פריעדמאן ע"ה מנהל המוסדות האט עהם געבעטן און געדריקט מיט כל מיני מעטאדען אז ער זאל אליין ארויס גיין פון סאטמארע ישיבה און ר' אברהם ז"ל איז אליין ארובער געפאהרן קיין בעל הארבער צום רעבין ז"ל באופן אז ר' ליפא האט נישט געוויסט דערפון. ער האט בשום אופן נישט געוואלט דעם רעבין מצער זיין אז ר' ליפא פאניגט עהם אז ער זאל גיין. אזוי האט ער נאר געזאגט פאר'ן רעבין אז ער וויל זיך מאכן אליין א ישיבה. רביה"ק האט עהם געפרעגט מיט ווינדער פארוואס איז דיר נישט באקוועם ביי אונז, ווייל רביה"ק האט עהם זעהר שטארק ליעב געהאט, און ר' אברהם ז"ל האט פראבירט פארענפערן מיט עטליכע סיבות אז ס'איז עהם שווער זיך צופאסן צו די שעות פון דאווענען אין די ישיבה וכדומה.
רביה"ק האט עהם ווארעם אנגעווינטשן הצלחה וברכה.
אסאך פון די דאמאלסדיגע תלמידי הישיבה געדענקען די מעשה ובתוכם איז אויך ביי די אהרונים איז דא א תלמיד פון יענע יאהרן ה"ה ר' בערל בה"ר חיים הערש יאקאבאוויטש נ"י מ'קען עהם איבער פרעגן די פרטים.
נשלח ב-20/8/2010 02:38
אהרל'ע יאקטער פארשטייט אין קברים די זעלבע ווי ר' אהרן טייטלבוים פארשטייט אין פינפטן חלק שו"ע
אונטער יאקטער שטייער ברייט באקאנטע אלטע שונאים פון אתרא קדישא וואס ווילן צוברעכען דעם מעכטיגן דעת תורה פון הגאון הגדול ר' דוד שמידל שליט"א.
די כת ההשכלה וואס ווערט אנגערופן "אהרונים" זענען די פאסיגסטע חברותא פאר די אלטע שונאים פון הגה"צ ר' דוד שמידל שליט"א
נשלח ב-20/8/2010 01:00
קרעדיט קונצן
בעלזא - כהנא חי - עדה
טאקע א באמבע,
אהרלע יקטר, א תלמיד פון בעלזער ישיבה וואס מען האט אים ארויס געווארפען פין ישיבה, אין ער פלעגט זיך דרייען ביי די רעכטע עקסטרמיסטען ווי ",כהנא" "כהנא חי," אין אנפירען פראטעסטען מיט ריאטען אין די אראבישע געגענטן, ער איז געזעצען אין תפיסה פאר א לענגערע צייט נאך רצח רבין (פריים מיניסטער יצחק רבין) ווייל מען האט חושש געווען אז ער האט געהאט א שייכות מיט די רוצח.
ער פלעגט ארים לויפען אין געווען אן אנפירער פון אסאך רעכטע פראטעסטען "האלטענדיג אן איזראעלי פאן" איז יעצט באקרוינט געווארען אלץ דו שליח פון די אזוי געריפענע "עדה החרדית"
מען דארף לאכען אדער וויינען?
נשלח ב-20/8/2010 00:51
פשווארסק, א בפירושער בחדרי... דאס מאכט אים נאך אלץ נישט אויס ענקער יאסי בראך אין ארץ ישראל.