א פרישע פסק איז היינט ארויסגעקומען, ווי אודך כי עניתני האט א דשאדש ארויסגעווארפן א פרישער קלאגע, פון א געוויסע פראקציע חסידי רז"ל ט"ב המכונה "זאליבעצנס", קעגן קהל יטב לב קרית יואל
די קארפן קעפ האבן געטענה'ט אז היות לכתחלה בשנת תשל"ה האט דער טאון אוו מאנרא געגעבן א אפראוועל צו בויען די גרויסע ביהמ"ד, מיינט דאס אטאמאטיש אז די רבי'נס אלטע דירה איז אויך נכלל,
דער דשאדש טרייבט לצנות פון די ארגומענט, ער זאגט ס'פונקט ווי מ'זאל זאגן אז די ביהמ"ד האט א פערמיט צו מאכן א פארקינג גאראזש, ווייל קהל האט א פערמיט צו מאכן א פארקינג לאט לעבן דעם.
אויך ווינדערט זיך די דשאדש היתכן די זאליבעצנס האבן נאך נישט אריינגעגעבן א פרישע פארלאנג פאר א סייט-פלען פאר די איצטיגע פלענינג בארד, פארוואס זיכען אפיר אלטע אומליינבארע פאפירן פון 1975,
דער תירוץ איז זייער פשוט, די זאלי לויערס ווייסן זייער גוט אז א פרישע אפראוועלן קען מען זייער גרינג אפווארפן לעגאל, ווייל זיי האבן נישט קיין פארקינג, דאס איז זייער א נארמאלער סיבה פארוואס נישט צו געבן א פערמיט, איבערהויפט ווען נישט נאר וואס די האסט נישט קיין אייגענע פארקינג באגנב'סטו דיין שכנס פארקינג, צוליב דעם פרובירן זייערע לויערס אויף אלע אופנים צו אויפקומען מיט סברות אז זיי האבן אלס געהאט א אפראוועל און מ'קען נישט צונעמען עפעס וואס זיי האבן שוין
http://www.scribd.com/mobile/documents/36120871/download?commit=Download+Now&secret_password=