נישט קיין פריוואטע "תורה" ישיבה, נאר דאס מאל גייט עס אפציעל הייסן "סאטמאר" ישיבה, אונטער די הנהלת המוסודת והקהלה איך האב 2 שאלות, צו דאס גייט אויפלעזן איינע פון די "תורה" ישיבות, און והעיקר ווער גייט זיין דער ראש ישיבה?
דאס הייסט אז מ'גייט קויפן דערפאר א פרישע בנין אין צוגאב צו די ביז איצטיגע? און א פרישע קעמפ אד"ג?און אויב שוין יא צוזאמשטעלן איין גרויסע, פארוואס טוט מען דאס נישט מיט די אינגערע בחורים אויך?