|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:24 |
|
| |
ברעקינג: ישיבה לצעירים תו''י אין וומ''ס קומענדיגע זמן הבעל''ט
כ'הער אז עס קומט גיטע נייעס אז מיט גרויס סיעתא דשמיא איז געלונגען אויף
קומענדיג זמן וועט זיך עפענען א באזונדערע ישיבה לצעירים תורה ויראה פאר די בחורים פין די 4'טע עיזש ''ישיבה קטנה'' פין אלע 4 ישיבות אין וויליאמסבורג - ד''ה די עיזש פין 16/17
בברכת הקודש ובנשיאת כ''ק רבינו שליט''א
די ישיבה וועט שטיין אין שפיץ פין א גאר געליבענע הנהלות הישיבה
ר' אלימלך פארגעס (באר התורה),ר' יעקב קאהן (קרן התורה), ר' הילל אהרן גאלדבערגער (מבצר התורה), ר' יצחק וואלף פילאפף (קרן התורה), ר' אלחנן פרידמאן (היכל התורה) ר' אברהם בראך (כ'האף כ'האב עס גיט אויסגערעכנט, אז נישט קען מען עס מתקן זיין)
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע פאוסטען
דאס זעה איך יא אז די הנהלת הישיבה איז א זעלטנהייט פין א גיטע צאמשטעל איבעגעגעבנע עסקנים מיט בעלי צדקה וחסד איך עס איז צום האפען אז זיי זאלען מצליח זיין להגדיל תורה ולהאדירה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:25 |
|
| |
תוקן על ידי היראים ב- 19/08/2010 19:26:59
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:27 |
|
| |
 אאאפס!! I WAS FIRST!!! מנהלים ביטע צאמשמעלצן, איך בין מסכים מיין אשכול זאל אריינקומען דא...איך טריי צו זיין נייס
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:28 |
|
| |
היראים, דאס מיינט אז דער פערטער גיל גייט עלימינירט ווערן פון אלע תורה ישיבות?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:50 |
|
| |
יא, לכאורה אזוי פארשטיי איך אין דאס איז געווען א פראבלעם ביז יעצט ווייל קיין שום בחור גלייכט נישט צו לערנען אין איין ישיבה פאר גאנצע 4 יאר, ספציעל א קליינע ישיבה פין איין כיתה פער עיזש, אין זעלבן בילדינג מיטן זעלבן מנהל. וועגן דעם האט דער רב שליט''א בברכת הקודש פין רבין שליט''א דאס אריינגענומען אלס איינס פין זיינע השתדלות לטובת די בחורים פין ישיבה קטנה. עס זענען לכאורה דא נאך פלעינער אויפן טיש, אבער איך ווייס נישט וואס בלייבט למעשה
והקב''ה ישלח ברכה והצלחה במעשה ידיו
אגב קרך היט אז די ווילסט פעיסט אריין די מודעה פין די הנהלת הישיבה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 19:52 |
|
| |
בכלל די חינוך פין א בחור פין 13/14 קומט נישט צו
צו די חינוך פין א בחור פין 16/17
אין באזינדערע ישיבה לצעירים איז נאר א געווינטשענע זאך לענ''ד
דרך אגב, דאס אז מ'האלט שוין ביי אלול אין ''קיין שום בחור'' ווייסט נאך נישט ווי ער גייט לערנען קומענדיגע זמן, איז א ישועה פאר קרוב צו 150 עלטערן אין בחורים,
די הנהלה ווייסט שוין אוודאי יא ווי יעדער גייט לערנען אין ב''ה רוב בחורים איז געלונגען צוצושטעלן מיט די מאקסימום ציפרידענשטעלנד, טאקע נאך ביטער שווערע ארבעט מיט הונדערער שעות בלו מובן המולא פין די צוזאם ארבעט פין די הנהלות הישיבות אין הנהלות המוסדות בראשות פונעם רב שליט''א
תוקן על ידי היראים ב- 19/08/2010 19:55:45
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 20:03 |
|
| |
דאס הייסט אז מ'גייט קויפן דערפאר א פרישע בנין אין צוגאב צו די ביז איצטיגע? און א פרישע קעמפ אד"ג?
און אויב שוין יא צוזאמשטעלן איין גרויסע, פארוואס טוט מען דאס נישט מיט די אינגערע בחורים אויך?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 20:07 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 21:29 |
|
| |
דער אייבישטער זאל העלפן אז מ'זאל מצליח זיין ווי עס דארף צו זיין
נאר איין באמערקונג, די מערקסט אן אז די עיקר פראבלעם איז געווען אז א בחור קען נישט לערנען פיר יאר אין איין ישיבה
אמת! הונדערט פראצענט! אבער ס'איז געווען נאך פראבלעמען וואס נישט יעדער האט דאס געשפירט נאר איינער וואס האט געדארפט צוקומען דערצו!
די עיקר איז אז ס'זאל זיין א גוטע הנהלה, און ארבייטן מיט קאפ און מח! נישט מיט אייגענע אינטערעסן, וואו איך זעה איז דא איינע פון די נייע הנהלה וואס איך פערזענדליך האב מיטגעהאלטן וואו ער האט פראבירט ווייזען אז ער קען אלעס און קיינער קען נישט איינטיילן אן אים! קען אבער זיין אז ס'איז נישט געווען נאר ער, לכאורה איז עס געווען די איגאוי פון אלע פיר ישיבות וואס האט אים געדריקט דערצו.
לאמיר האפן אויף גוטע בשורות
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 00:05 |
|
| |
אויף וועלכע וועג וועט דאס געפירט ווערן? היכל? קרן? שער? באר?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 05:26 |
|
| |
איינמאל עס גייען דא לערנען אלע בחורים, וועט מען זיך אויסלערנען אז דאס קען ארבייטן צוזאמען!
על אפם ועל חמתם פון די וואס רעדן זיך יעצט איין אז מ'קען נישט צאמשטעלן די ישיבות!
איי.... קרית יואל ברענגט דאך מילא צוזאם אלע בחורים???... א קשיא אויף מענשטן וואס פייגערן צו פירן די וועלט, און פראבירן איינצורעדן יעדן אז נאר זיי פארשטייען צו חינוך
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|