|
|
| נשלח ב-20/8/2010 02:24 |
|
| |
שוין לאנג נישט געזעהן אז די זאליס רייסן זיך צווישן זיך, ווייל די גאנצע זאלי פירמע באשטייען פין פילע פארטייען ס'איז א מחי' צי קוקן ווי זיי האבן נישט קיין ספין.
אבי נישט צווישן יודען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 03:13 |
|
| |
ענדליך הייבט מען קויף קומען מיט די שפירן ווער די באנדיטן אתרא קדישא זענען
אנגעויבן מיט דעם מילטאנט דוד שמידל וואס איז אריין אינעם טמא'נעם כנסת המיני.
אתרא קדישא האט אנגעמאכט א געפרליכן חילול השם פאריאר אין שפאניע מיט דעם שוידעלריכן נואף אין מניוויל מיילך שטערן שר"י געמאכט א ליצנות פין ה' ומשיחו אין ווער ס'געדענקט האט טשיי יעקב שטבויער געמאכט דעם שטויבער פורים שפיל אראפ געזעצט די אלע קעלבעך אויף דער ערד וואס וועט געדענקט ווערן פאר א היסטארישער ליצנות
אתאר קדישא רייסט אויס קברים אין אייראפע אין ווי ס'איז קראנטע באווייז דערצי.
ס'קומט שוין יעצט פריש דעם קאמפיין פאר אדמת קודש זאל גווט ליגן פאר א יעדן איינם אין די אויגן
אתרא קידשא זאליס בג"ץ כנסת המינים איז איינס
אין ווער ס'שטיצט אתרא קדישא זאל וויסן אז ער שטיצן דעם וואטיקאן נאר אויף א אנדערן שלייער.
תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 20/08/2010 03:30:40
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 03:36 |
|
| |
ביז וויפיל קען "חוצפה" גיין?
פון זאלי פארום:
אהרל'ע יאקטער פארשטייט אין קברים די זעלבע ווי ר' אהרן טייטלבוים פארשטייט אין פינפטן חלק שו"ע אונטער יאקטער שטייער ברייט באקאנטע אלטע שונאים פון אתרא קדישא וואס ווילן צוברעכען דעם מעכטיגן דעת תורה פון הגאון הגדול ר' דוד שמידל שליט"א. די כת ההשכלה וואס ווערט אנגערופן "אהרונים" זענען די פאסיגסטע חברותא פאר די אלטע שונאים פון הגה"צ ר' דוד שמידל שליט"א
יא! איך האב מיך גוט פארגעשטעלט. די זאליס גייען יעצט אנהייבן רעדן דברי דופי אויפן בי"ד הגדול!
די בי"ד פארשטייט אזוי און זיי פארשטייען אנדערש.
האלטס אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 09:03 |
|
| |
| היראים כתב: |  | פריינדליך וואס הייסט עמיר זעהן ווי די זאלי'ס וועלן גיין? פינקט ווי די זאגסט עמיר זעהן ווי נחום אטיק וועט |
|
היראים עס איז נישט דאס ערשטע מאל זיי לאזן איבער זייערס א מענטש ווען עס קומט ארויף א סקאנדאל אויף אים. יצחק ווייס יוכיח
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2010 20:59 |
|
| |
לויט די אינפארמאציע וואס הרב יאקטער געט איבער וואלט מען געדארפט אריין לייגן אין חרם אתרא קדישא מיט ווער ס'העלפט זיי, זיי זענען שולדיג אויף די חיטוטי שכבה נאך מער ווי די ציונים נוסח זאלי הא לן והא להו ביי זיי איז מותר א יעדע עבירה שבתורה
אנגעויבן מיט זייער פאסט טרעגער דער דיין וואס קען קוועטשן מיט די נאז אין געבן פאלטישע התירים אויף יעדע זאך אין גענדיגט מיט מיילך שטערן ימ"ש.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/08/2010 19:59:44
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 03:41 |
|
| |
כ'הער אז מען האט שוין אנגעהויבן מיט די ליקוט עצמות אין היינט האט מען שוין צאמגענומען מיט עטליכע מומחים רוב עצמות קען עס איינער באשטעטיגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 17:44 |
|
| |
| היראים כתב: |  | כ'הער אז מען האט שוין אנגעהויבן מיט די ליקוט עצמות אין היינט האט מען שוין צאמגענומען מיט עטליכע מומחים רוב עצמות קען עס איינער באשטעטיגן? |
|
שוין אנגעהויבן און שוין כמעט פערטיג בעז"ה.
און מען שלאפט נישט... מען ארבעט אויף נאך גוטע זאכן.
אגב, די אלע נייע פראטעסטן וואס קומען פאר די לעצטע טעג, קיין איינע פון די זענען נישט קיין נייע פרשיות. אלעס זענען זאכן וואס גייען שוין אן א לאנגע צייט, און, אדער איז עס שוין לאנג מסודר אדער איז מען שוין לאנג מיואש. נאר? וואס איז יעצט? היות אתרא קדישא שפורט אז יאפו איז מער נישט זייער עטענשן.. דארט האלט שוין דער אמת אינמיטן ארויפשווימען, און דער ראב"ד איז אנטשלאסן זיי צו שטעלן צו גערכטיקייט... דעריבער זיצן מען אויף מיטינגען אפירצוטרעפן וואו צו שיקן דעם עולם גולם מוחה זיין, און דעק עיקר: אלעס זאל באריכטן אז אתרא קדישא זאגט אזוי און זאגט אזו וגו' וגו'.
דאס איז דער טרוקענער מציאות. לכשאפנה מער דעטאלן אי"ה.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 17:57 |
|
| |
איך ווייס נישט דיין כוונה, קען זיין דו מיינסט עס יא ערנסט, אבער די קושיא איז זייער נאריש. לאמיך דיר מסביר זיין:
צו די אימעיל איז אמת האב איך נישט קיין אנונג. אבער סייוויאזוי, הרב אהרעלע איז א מאחנובקער, און ער האט אסאך צו פארציילן קעגן דעם בעלזער. נו, אז איינער שרייבט צו נחום'ען (שר"י) ער זאל רעדן צו הרב אברעלע וועגן בעלזא, מיינט דאס אז ער האט עפעס שייכות מיט אים? גאנץ-ווארשיינליך ווייסט ער ניטאמאל וואס דער שעדליכער נאמען 'נחום ראזנבערג' באדייט, נאר אז סיי ווער וועט אים אנרופן וועט ער אים פארציילן.
נאכאמאל, איך ווייס נישט דיינע כוונות, אויב ווילסטו פשוט אפירזוכן עפעס סקאנדאלן דאן ביסטו ערלויבט... אבער אויב עס איז דיר באמת שווער געווען, האב איך געענטפערט וואס שכל זאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2010 18:59 |
|
| |
ניין איך זוך נישט גארנישט אקעגן אהרלה כ'האב מיך נאר אנגעשטויסן אין זיין נאמען אויף זייער א אומאנגענעמע פלאץ האב איך געפרעגט
און אז מ'רעד שוין.... אפשר ברענגסטו אראפ די היסטאריע פון די מענטש? פון ווי שטאמט ער? ווי לאנג טוט ער שוין עסקנות? מיט וועם ארבעט ער?
נאכאמאל. כ'האב נישט גארנישט קעגן אים! נאר אויב ווערט ער א פאבליק פיגור וויל איך וויסען פון ווים מ'רעדט
|
|
|
|
|