* מסע המלכות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א קיין לאנדאן *
אין דעם אשכול וועט באריכטעט ווערן אלע נייעסער און מעלדונגען ארום געהויבענע נסיעה פון רבינו שליט"א אויף לאנדאן, די קומענדיגע וואך פרשת כי תבא, לטובת דעם חומה בצורה קאמפיין לחיזוק מבצר החינוך בית רחל באנטווערפן.
רבינו שליט"א וועט אי"ה פארלאזן בית נאוה קודש אין וויליאמסבורג זונטאג נאכמיטאג און וועט אנקומען קיין לאנדאן אי"ה זונטאג 8 ביינאכט.
גאנץ לאנדאן וועט זיין איינגעהילט אין גאר א געהויבענע שטומינג, ווי זיי וועלן האבן די זכי' מקבל צו זיין כ"ק מרן רבינו שליט"א, דער נשיא המוסדות, וועלכער האט גענומען אויף זיך דעם שווערן עול פון דעקן די לאסט פון חובות אויף דעם מוסד. אזוי אויך וועלן קומען צו גאסט פון אנטווערפן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער וועט ארומגיין אינאיינעם מיט רבינו שליט"א על בתי הנדיבים לטובת דעם חומה בצורה קאמפיין וואס איז אונטערגענומען געווארן. כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א, וועלכער וועט אויפטרעטן אלס נועם הכבוד ביי דעם צענטראלן מעמד חומה בצורה מאנטאג נאכט אין גיגאנטישן שאטער אין לאנדאן. הגאון הגדול חיד"א ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן.
דער באזוך וועט זיכער זיין זיין דער געשפרעך פונעם טאג, 2 געהויבענע טעג וואס די לאנדאנע אידן וועלן מיטלעבן וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיווה הו הדרה!
תוקן על ידי מאיר_הערש ב- 20/08/2010 17:56:44
 |
|
|