די תולדות אהרן חסידים זענען געווען זייער בייז און צולאזט די וואך וועגן פאשקעווילן וואס זענען געווען די וואך קעגן זיי. די חסידים האבן האבן זיך צוזאמענגענומען לעבן א ווער-האויז אין מאה שערים וואס געהערט צו א געוויסער הירש, זיי האבן חושד געווען אז דער הירש האט געדריקט די פאשקעווילן. עס איז תיכף געווארן פרייליך אין מאה שערים, הונדערטער זענען זיך צוזאמענגעלאפן. צום סוף האבן די תולדות אהרן חסידים זיך אריינגעבראכן און צו זייער אנטוישונג - גארנישט געפינען.
יעצט בלייבט פאר די חסידי תולדות אהרן צו גיין זיכן א פרישען קורבן און פארן אמת'ן פאשקעווילן דריקער בלייבט נאר איבערצובעטן די אלע וואס ווערן אנגעבראכן דורכאויס די אויספארשונג וואס די תולדות חסידים פירן ביז זיי וועלן אנקומען צום ריכטיגן.
איך פארשטיי נישט וואס איז די פראבלעם זאל תולדות אהרן זיך נעמען גיסן גארביטש אויף די גאסען אזווי צד מהרז''ל אין קרית יואל
נשלח ב-20/8/2010 19:52
דיןתורה, די האסט א שטיקל טעות
גארביטש אויף די גאסן אין קרית יואל קומען נישט פון צד מהרז"ל. די גארביטש קומט אויסדריקלעך פון די אהרוינים וואס ווארפן, דערנאך ווארפן בני יואל צוריק כדי צו צווינגן די ווילידש אפצורייניגן די גאסן "צוזאמען" מיט ענקערע פאשקעווילן. צד מהרז"ל איז בכלל נישט א מחותן דא
נשלח ב-20/8/2010 20:08
פארוואס זאל איך מיך טענהן אויף ליפט? באלד וועסטו נאך זאגען אז בני יואל איז מיט צד מהר''א נאר דער מסור יוסל וואדלמאן מיט שארמאשער רב זיי זענען נישט קיין בני יואל
נאכמאל בני יואל מיט צד מהרז''ל אין ק''י זענען איינס שיטה אין ארבעטן איאיינעם מיט יעדע זאך קעגן צד מהר''א
והדברים ידועים, אנגעהויבן פין די וואלען אין גענדדיגט ביי אלע אנדערע זאכען
איך וועל דיר נאר צייגען איין פאקט אז מהרז''ל פין די 3 רבנים וואס זענען געווען מסדר קדושין אין די בני יואל זאל אן רשות פין מהר''א
בני יואל האט ליב ר' זלמן לייב פונקט אזוי פיל ווי זיי האבן ליב ר' אהרן!
סך הכל שטייט טרינקען די אהרוינים בליט פון בני יואל אין די גאלאנען, און די זאלוינים טשעפען זיי נישט.
ענק ווארפן שוין א גאנצע וואך פאשקעווילן! קעגן וועם? קעגן א זאלי אדער קעגן א בני יואל? ווי זענען די זאליס מחותנים דא?
ענק טרינקען די בליט פון די בני יואל און בני יואל ענטפערט צוריק. דיין פארלוירענע פראוו אריינצוריקן די זאליס אין די פרשה קענסטו פראבירן אויף ענקער פורום, נישט א א מקום ווי ס'דרייען זיך אזאנע וואס קענען די אפענטפערן!
ווארט נאר ווארט ווען די זאליס וועלן עפענען זייער זאל, דעמאלטס וועט מיסט אין די גאסן זיין א קינדער שפיל!
פאר יעדן פאשקעוויל קעגן א חתונה אין די זאלוינימס זאל ווען גיין א גאנצע פישקע פאשקעווילן קעגן דיין רבי זעלבסט! נישט סתם גארביטש.
נפל איך הויב אן זייער מורא צו האבן... א "גאנצע" פושקע??? ברררררר... ערנסט גערעדט. דו מיינסט אז אויף די זאליס איז דא ווייניגער שמוץ ווי אויף די ארונים?... אויב נישט דאפלט... און להוי ידוע די פאפיר און טינט קאמפאניס זענען נישט קיין זאליס.זיי זענען נייטראל... אפילו די קאמפיוטער קאמפאני... מיר קענען פונקט אזוי "צוריקווארפן" איך האלט נישטא ז מען גייט עס טוהן ווייל די געים וועט זיך קיינמאל ענדיגן. און קיינער איז נישט אינטערעסירט אז ק"י זאל באטראפן ווערן מיט א '96 סטיל בליזארד פון..................... פאשקעווילן!
זאלן דיינע אויגן גוט איבערליינען וואס דו האסט דא נארוואס געשריבן, פאשקעווילן איז א נארישע מערכה ווייל ביידע צדדים קענען. טא פארוואס מיינט איר אז מיטן מאכן א 96' בליזארד אין קרית יואל פון פאשקעווילן קעגן די פארפעלקער וואס האבן חתונה אינעם נייעם זאל וועט עטס דאס אפשטעלן?
נשלח ב-22/8/2010 19:02
די אהרוינם פראבירן נעבעך אריינצולערנען אין מיינע ווערטער כאילו איך האב געשריבן אז די תולדות אהרן חסידים זענען צולאזטע חיות.
איך וויל קלאר מאכן מיין דעה אויף דעם נושא.
דער תולדות אהרן רבי איז פון די חשוב'סטע רבי'ס בדורינו, א מתמיד עצום נישט פון היינט. ער איז שוין געווען א מתמיד אסאך יאר פאר עס האט זיך פאר סיי וועם אנגעהויבן דמיונ'ען וועגן רביסטעווע בכלל, ער איז שוין א מתמיד פןו אלס בחור אין ישיבה דורכאויס אלע זיינע אינגע יארן ביז היינט.
ער איז א געוואלדיגער קנאי אפילו עס דמיונט זיך פאר סיי וועם אז ער איז נישט. די שמועות כאילו דער תולדות אהרן רבי איז א לינקער קומט פון תולדות אברהם יצחק און פון די אהרוינים. די גרעסטע הוכחה אויף דעם איז די פאקט אז כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א וועלכער איז אליינס א קנאי און דער רבי פון די צווייט גרעסטער קהלה אין די עדה החרדית האט זיך צוגעשטעלט צום תולדות אהרן רבי מיטן גאנצן קראפט.
דער דושינסקי רבי האט גארנישט קעגן תולדות אברהם יצחק און אויך גארנישט מיט די סאטמארע פאליטיק. טאקע דער דושינסקי רבי איז די וואך פרייטיג צונאכטס אנגעקומען צום טיש פון תולדות אהרן רבי שליט"א און איז געזעצן דארט כעבדא קמי מרא, אלס צו צייגן אז ער שטיצט הונדערט פראצענט דעם תולדות אהרן רבי אפגעזען וואס די קנאים פון נטורי קרתא און די צורידערטע חיות פון די אהרוינים זאגן!
יעדער פארשטייט אז עס איז א פלאפ ווען מען פירט אן א אקציע פון זיך אריינברעכן צו יענעם און צום סוף טרעפט מען גארניש... מיט דעם נקודה זענען די תולדות אהרן חסידים און די אהרוינים אייניג. ביי די תולדות אהרן חסידים האט דאס פאסירט יעצט א ערשטע מאל און ביי די אהרוינים גייט דאס שוין אן זייט פארמעגליך שרייבט. יעדע שטיק צייט ברעכן זיי אן די ביינער פאר א צווייטן פארמעגליך...
דער תולדות אהרן רבי איז א דבר העומד מאיליו, ער איז געוואלדיג חשוב פאר זיך, ער דארף נישט אנקומען צו קיינעם אין גארנישט, ער פירט א הערליכע קהלה פון הונדערטער מעמבער'ס. די פאקט איז אז מיט ר' אהרן האט ער קיין שום שייכות משא"כ מיט ר' זלמן לייב איז ער זייער בידידות. ווען דער תולדות אהרן רבי קומט אויף וו"ב אויף שבת דאווענט ער פרייטאג צונאכטס ביי ר' זלמן לייב.
און צו דיר זיסקייט, איך פארשטיי דיין דערביטערניש קעגן די מערכה וואס די אהרוינם פירן מיט תולדות אהרן, באשולדיגן קענסטו אבער נאר איינם, דהיינו דיין רבי אליינס. ער איז דער וואס שטייט אין שפיץ, די אחריות איז זיינ'ס, ער האט זיך נעבעך איינגערעדט אז ער לעבט נאך פאר נ"ט און על פיו יצא ועל פיו יבואו, ער האט זיך איינגערעדט אז אן אים וועט תולדות אהרן אינטערגיין, יעצט איז שוין אביסל צו שפעט. אדרבה פראביר, כאפ זיך אריבער צו דיין רבי און זיי אים מסביר די טפשות וואס ליגט אין א מלחמה קעגן תולדות אהרן.