בית פורומים אידישע געדאנק

ראיאטן און ארעסטן שב"ק אין קרית יואל!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/8/2010 06:04 לינק ישיר 
ראיאטן און ארעסטן שב"ק אין קרית יואל!!!

דעם שב"ק האבן זיך די סבלנ'ישע בחורים צולאזט אזוי ווי עס פאסט פאר תלמידים פון א ריכטיגער סבלן. און נאך אגאנצע וואך פון העפטיגע געשלעגן און פאשקעווילן געווארפעריי, האבן זיי פרייטאג צונאכטס געווארפן שטיינער מיט אייער אויף א פארפאלק וואס האט חתונה געהאט אין דעם נייעם זאל.
 
די קרית יואל אלייענס פאליציי האט אריינגערופן די סטעיט פאליס וועלכע האבן ב"ה ארעסטירט צוויי פון די שלעגער.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 16:59 לינק ישיר 
פון אימעיל

אלס א תושב קרית יואל קען איך מיר נישט איינהאלטן צו שרייבן און מיטטיילן די שוידערליכע מעשה נבלה, וואס עס האט
זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם ליל שב"ק פר' כי תצא אין קרית יואל, וואס מיינע אייגענע אויגן האבן מיטגעהאלטן.
ווי יעדע וואך האבן די מתיבתא בחורים אהיימבאגלייט דעם מנהיג און אויסגעהערט זיינע מעשיות, אין די זעלבע צייט איז א
משפחה אין קרית יואל אהיימגעגאנגען פון א נאנטע משפחה שמחה, די משפחה איז געגאנגען אן ערך פון דריי מענער און 7
פרויען מיט קערעדזשעס אין זייערע קינדער, ארגאניזירטערהייט האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט מיט אן פלאם פייער,
און די בחורים פון די מתיבתא ה'... , באגלייט מיט די בחורים פון ישיבה קטנה, צעירים, און עטליכע הארצלאזע אינגעלייט,
האבן זיך גענומען נאכגיין די משפחה דעם גאנצן וועג אהיים, מיט באנומענע קולי קולות ווי ציושעטע חיות וואס קומען
גלייך פונעם דזשאנגל, און האבן זיי נאכגעשריגן מיט מיאוס'ע ווערטער )אשר אסור להעלותן על הכתב משום הרחק מן
הכיעור וד"ל( וואס איר האט מן הסתם קיינמאל נאכנישט געהערט, ותסמר שערות אנוש אז מען האט אין קרית יואל וואס
רביה"ק האט אויפגעשטעלט בקדושה וטהרה, געהערט פון בחורים אזאנע פרעכע און מיסע ווערטער, אין צוגאב צו וואס זיי
האבן זיך אריינגעשטופט אין די נשים בפועל ממש און געשטופט און געשטויסן די פרויען, און דאס האבן מיטגעהאלטן אום
3 אזייגער ביינאכט הונדערטער ערשיטעטע אידן וואס האבן זיך דערוועקט צו די געשרייען פון די חיות טורפות, אידן האבן
זיך געריבן די אויגן צו מען איז אויף אדער איז דאס א שרעקליכער בייזער חלום, עס האט זיך אפגעשטעלט איינער וואס האט
נישט געוואוסט וואס די קולות זענען, און געפרעגט איינעם פון די חברה וואס עס גייט פאר און אויף וואס מען שרייט, האט
ער אים געענטפערט מיט רציחה אין די אויגן, אז די גייסט נישט איצט אוועק פון דא פארגעס פון דיין שטריימל, עס האט
אויסגעזעהן אז מען האט איצט ארויסגעלאזט א מחנה אויפגערייצטע לייבן פון זייער צוים.
דאס איז אויסער די שפיכות דמים בפועל, און די גייסטישע שפיכות דמים וואס קומט פאר דורך די זעלבע יונגען אין די
לעצטע תקופה, פון טעראריזירן אינגע פארפעלקער רון רופן יעדע נאכט א גאנצע נאכט און ארייזאגן כל דבר אסור, בלשונם
הטמא, און דאס איז אויסער די פאשקיווילען וואס פארפלייצן די קרית יואל'ער גאסן יעדע נאכט דורך די חברה וואס מן
הסתם חזר'ן די בחורים נישט איבער גפ"ת בעיון, בשעת'ן ווארפן די טעראר ליפלעטן.
און איך קען נישט פארשטיין וויאזוי שיקט א טאטע זיין בחור לערנען אהין אין אזא ישיבה ווי מען ווערט אויפגעצויגן אויף
טעראר?! וויאזוי איז א טאטע מפקיר זיין טייערן אוצר אויף אזא פלאץ, האט ער שוין טאקע נישט אזויפיל געפיהל פאר זיינע
דורות?!
מען האט געמיינט און געוואלט מיינען אז די אלע טעראר מיטלען וואס די בחורים ווערן גענוצט איז א זאך וואס באלאנגט צו
די פארגאנגנהייט, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז ניין די טעראר גייט אן אין פולן שוואונג, און מיט א פעסטן אייפער ווען עס
איז נאר דא די מעגליכקייט, ע"כ זאלן עלטערן נעמען אין באטראכט
᠒ אז אין די ישיבה גייט אן א סיסטעמאטישע קאמפיין, פון גילוי עריות און שפיכות דמים, מיט די איצטלא
פון קדושת ישראל און אמונת צדיקים, )נישט לאנג צוריק האט אויפגעטרעטן מ.א. זבל )גארבידזש
בלע"ז( מיט א העצע דרשה אין ישיבה פאר די בחורים(.
᠒ אז אין די ישיבה איז נישט פארהאן קיין קאנטראל אויף די בחורים, אויב שבת האבן אזא גרופע בחורים
זיך געקענט ארומדרייען אין די גאסן אין די שפעטע שעות אן קיין השגחה, און איר ווייסט נישט אויף
וואס נאך עס איז נישט פארהאן קיין השגחה.
᠒ אז אין די ישיבה וועט אייער קינד פארלירן די קדושה און צניעות וואס איר האט אלע יארן
אריינגעלייגט אין אים.
᠒ אז אין די ישיבה לערנט מען אויך נישט דורך די וואך, ווייל מען איז זיכער פארנומען צו צוגרייטן די
פארשידענע אקציעס.
᠒ אז די הנהלת הישיבה נעמט אייערע קינדער און נוצט זיי אויס פאר די אייגענע וואנזיניגע מערכות,
אנשטאט אייך צו סערווירן און צושטעלן פאר אייער בחור א פלאץ ווי ער זאל שטייגן בתורה ויראת
שמים.
᠒ אז אויף יענע וועלט וועט מען אייך פארהאלטן פארוואס איר האט מועל געווען אין אייער שליחות, איר
האט פושע געווען אינעם פקדון וואס מען האט אייך פארטרויעט, איר האט עובר געווען אויף ולפני עור
לא תתן מכשול און נאך, וואס קיין שום תירוץ וועט נישט העלפן.
לא אלמן ישראל! עס זענען פארהאן פילע אנדערע ישיבות, קליינע און
גרויסע, אפי' אין זייערע קרייזן, אין וועלכע זייערע קינדער קענען שטייגן
אין תורה און אין יראת שמים, און זיי פיל אידיש נחת פארשאפן.
די זעלבע זאך פאר די וואס שטיצן די ישיבה מיט געלט, די מעשי צדקה וחסד ווערן זייער געשעצט, ספעציעל טוט עס זייער
ווירקן אין הימל, אפצורופן שלעכטע גזירות, ממשיך צו זיין ברכות און השפעות פאר אלע אידן, און באזונדער פאר זיי און
זייערע משפחות, זאל דער אויבערשטער טאקע זיי באצאלן פאר דעם אלעם.
אבער ווען עס קומט אז מען זאלט שטיצן א פלאץ וועלכע איז מחנך דורות פון שמוציגע יונגען, וואס זענען אומשטאנד צוטון
ווי אויבנדערמאנט, איז זיכער אז איר וועט פארשטיין אז קיין שכר וועט מען נישט געבן, און קיין ברכות ברענגט עס נישט.
די תורה זאגט ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך, אז ווען עס איז דא א חסרון אין קדושה, גייט אוועק די שכינה, וואס דאס
מיינט אז עס איז נישט פארהאן קיין ברכה, און פארקערט, דארט ווי עס איז פארהאן טומאה קומען אן אלע קליפות און
סטרא אחרא, און לאזן איבער קללות מיט צרות יגון ואנחה רח"ל.
איר ווילט זיכער נישט האבן קיין טייל אין ברענגען צרות אויף כלל ישראל, דעריבער פארמיידט זיך פון געבן שטיצע פאר די
אלע וועלכע זענען אחריות אויף מחנך צו זיין דעם יוגענט צו גילוי עריות און שפיכות דמים.
זאל דער אויבערשטער אייך בענטשן מיט א כתיבה וחתימה טובה, איר זאלט האבן א יאר פון פרנסה בריוח, נחת דקדושה,
געזונט פאר די גאנצע משפחה, און א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
מ.ד. פיש, קרית יואל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2010 01:22 לינק ישיר 

עיפי איך בין טאקע געווען א עד ראי' איך האב געזעהן דעם שייגעץ עקשטיין קאמאנדעווען צוזאמען מיט די בחורים, (עס איז דא זייער אסאך שלמה הערש עקשטיינ'ס, מען רעדט דא פון הילל ווייס איידעם)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2010 01:15 לינק ישיר 

Shlome hersh Ekstein eidim by Hillel Weiss started the fight and trow things on the ladys
his father works in the KJ Butcher



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2010 01:01 לינק ישיר 

די בחורים מצויינים זענען צוריקגעקומען פונעם קדוש'לס 'נס טיש, מען האט באגלייט די קאפל מיט נאך בני משפחה (רוב פרויען) מיט קולי קולות, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהערט אזעלכע קולות ביז סאטמאר דרייוו האב איך עס געהערט, אנדערע האבן עס געהערט ביז געצל בערגער.

עס איז געווען ארום 70 - 80 בחורים וואס האבן באגלייט דעם אינגערמאן מיט זיין ווייב מיט די אנדערע בני משפחה, די בחורים זענען געווען צוקאכט מיט א ריתחא דרבנן (מאן מלכי רבנן), מען האט זיך אנגענומען פאר'ן הייליגן קדוש'לס כבוד, עס איז געגאנגען קולות וברקים, צא טמא, ארויס פון שטעטל, א בחור מיט א מיידל וואוינען צוזאמען (...), פוי פוי, אינמיטן זענען געפלויגן באטלעך אויך, עס איז געווען א שוידערליכע מצב רחמנא ליצלן, זיי האבן באגלייט ארום 10 - 15 מינוט פון אביסל נאך די שאפינג סענטער אויף פארעסט ביז אינמיטן עיקער'ס, זיי זענען צוגעקומען ביז די קאפל און מיט זייערע פיס געשטויסן רחמנא ליצלן (אה אזעלכע הייליגע בחורים זיי האבן זיך פון וועמען צו לערנען).

דארט איז די פאליס שוין אנגעקומען ווען אונזערע גוים די אלייענס פאטראל האבן זיי גערופן, זיי האבן אנגעפאנגען צו פארטרייבן די בחורים, (אבער ווען הרבני החסיד ר' יצחק סרוגא דער מחותן האט געוואלט אנווייזן פאר די פאליציי ווער עס האט געשטויסן האט די פאליציי אים אפילו נישט געוואלט אויסהערן אבער דאס איז א פרשה פאר זיך)

איין מינוט... יא... משה גבאי.... יא יא משה גבאי דרייט דאס אלעס אן.... יא צוזאמען מיט ר' עזריאל גליק....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2010 19:12 לינק ישיר 

נאר עמעס: סרוגא זאגט אז מען האט איהם געשטויסן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 09:38 לינק ישיר 

און דער גוי איז א מצוין פון קווינס... כמיין וואס ווילסטו זאגן דא? מען טאר נישט זאגן קיין דזשאוק פאר א אפגעריסענער גוי וואס פרובירט צו "באסן" אויף דיר?? איך מיין אז "דאס" איז חלה דעקלישקייט! איך וויל רעדן ווי א מענטש און דו "מוזט" אין "יעדע" תגובה אריינווארפן די ווארט חלה דעקל. איז דאס נישט די גרעסטע חלה דעקלישקייט??(איך מיין נישט צו טשעפען. אבער ווען איך פרוביר צו רעדן ווי א מענטש און דו שרייסט חלה דעקל רעגט עס אויף)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2010 08:50 לינק ישיר 

ממש אזוי האט עם דער בחור גענטפערט??? איז דער בחור פון די גאר גרויסע מצוינים אדער א סטענדערט מצויין,

שוין, וואסא חילוק, איין זאך זיכער, ער איז שטאלץ פאר אלע דעקלעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 07:42 לינק ישיר 

דרך אגב. איינע פון די אלייענס גוים האט געשריגן פאר די בחורים אז זיי "מוזן" זיי פאלגן ווייל זיי זענען אףף דוטי פאליס. האט א בחור אים געזאגט "ביזט אפשר א פאליס אין מאנטיסעלא. אבער דא ביזטו א גארביטש קאלעקטאר..."



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2010 07:26 לינק ישיר 

ס'קען נישט זיין אז קעי דזשעי אלייענס האט גערופן פאליציי ווייל דער מסור ומחלל שבת און שלעגער וויטריאל איז דאך געקומען ספעציעל צופארן און ארעסטירט צווי זאלי'ס אויפן פלאץ! ס'שוין די העכסטע צייט טאקע אז די הויעכגעשעצטע קעי דזשעי אלייענס פאליציי יר"ה זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל ארעסטירן דעם שגץ וויטריאל!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 07:12 לינק ישיר 

חסיד152. אינטערעסאנט! איך בין געווען די וואך אין ק"י שבת און אביסל מיטגעהאלטן דעם באגלייטן(מיין טאטע וואוינט אויף פארעסט). און וויפיל איך האב געזען און זיך נאכגעפרעגט "אויפן פלאץ" (נאך פאר מען קען אנהויבן צו באקן ליגנט) האט מען נאר געשריגן. און די "ארעסטן" האב איך אויך מיטגעהאלטן. מען האט ארעסטירט א בחור ווייל דער "אלייענס" גוי האט געזאגט אז ער האט געהאקט אויף זיין קאר. און דער אנדערער איז געווען פון צד מהרז"ל. איך לאז דיך זאגן פארקערט אבער דאס האב "איך" מיטגעהאלטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2010 06:51 לינק ישיר 

SatmarReports: Kiryas Joel community disputes turn to garbage wars http://ping.fm/l7OwO



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 06:10 לינק ישיר 

באריכטן אין די פרעסע איבער דעם "גארבעדזש דיספיוט"...
 
midhudsonnews.com/News/2010/August/22/KJ_garbage-22Aug10.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ראיאטן און ארעסטן שב"ק אין קרית יואל!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext