בית פורומים אידישע געדאנק

רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/8/2010 00:28 לינק ישיר 
רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!

די רעזולטאטן פון די פאשקעווילן געווארפעריי קאמפיין וואס די בני הסבלנים/אהרונים האבן אונטערגענומען די לעצטע פאר וואכן האט נישט געשפעטיגט צו קומען. עס האט אויפגעטוהן אז יעדער איינער זעהט און שטוינט ווי זיי גייען מיטן קאפ אין וואנט, זיי דארפן שוין באלד האבן מערערע צעטליך ווייל די ליסטע מיט נעמען הערט נישט אויף וואקסן ב"ה. אבער דאס האט געוויזן פאר צענדליגער אנ"ש וואס א עקלדיגע ברואים זיי זענען, פון נאכשרייען פארפעלקער ביזן מבזה זיין די רבנים אויפן ערגסטן אופן, און דאס האט געגעבן א שטופ פאר די וואס זענען נאך מסופק געווען פארוואס מ'טאר נישט חתונה מאכן ביי די אהרונים וואו ר' געציל אדער ר' אהרן זאלן זיין די מסדרי קידושין, און ווי די הנהלת האולם גיבט איבער איז אין די לעצטע פאר טאג אליינס צוגעקומען 8 פרישע באשטעלונגען פאר חתונות אינעם נייעם זאל.
 
יא! די אהרונים האבן אויסגעפירט, זיי האבן ארויפגעברענגט פאר יעדן תושב קרית יואל אין קאפ פראגעס וואס וואלטן קיינמאל נישט געפרעגט געווארן, און אין ליכט פון זייער וואנזיניגע שריט איז דאס דער רעדע פון יעדן איינעם און די רעזולטאטן זענען חתונות אן א שיעור אינעם נייעם זאל...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 21:43 לינק ישיר 

זעסט דאס איז די בעסטע ענטפער איך פארשטיי אויפן ווינק, נאך הונדערט תגובות פון פליפ פלאפען ווי קערי האסטע באשלאסן צו שווייגן, וואס שכל טוט נישט טוט צייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 18:32 לינק ישיר 

זיבעלע, איך וויל דיר חלילה נישט פארשעמען, אבער איך בעט דיר, מיטן פולן רעספעקט, לטובתך, לאז פאר אנדערע פון דיינע קאלעגעס  צו נעמען דאס ווארט, ס'באמת נישט פאר דיר, איך קען דיר גאראנטירן אז אונטער דיין רוקן זענען אלע זאליס דא מסכים דערצו, רוב פון דיינע אלע איינשטיין טענות, איז פאר א מענטש מיט א IQ העכער 4 יאר אלט דער תירוץ א דבר פשוט מאוד, אזש איך שפיר ווי א שוטה דאס צו מסביר זיין, חוץ אויב די ביסט סתם א לץ און די זוכסט סתם צו מאכן דאס גענאר פון מיר, אויף ענגליש הייסט דאס, you're pulling my leg, און די ווייסט זייער גוט אז דיין שרייבערייען האבן נישט קיין הענט און קיין פיס, דעמאלטס האסט מיך גוט באזיגט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 18:13 לינק ישיר 

zibelaאיך האב נישט געהאט קיין נערוון צו שרייבן באריכות. און איך האב געהאפט אז דו וועסט פארשטיין בקיצור אויך. בג"ץ און ערכאות. זענען ב"ב און וומ"ס און ער האט זיך נישט געוואלט אריינמישן. און בכלל אויף דעם איז דא א בריוו פון רבין ז"ל(יא! ער האלט אז עס איז יא גלייך!) וואס זאגט אז קהל איז מחויב צו טוען כפיות דערקעגן. און ער איז דער דיין אין ק"י פון די איינציגסטע הלכה'דיגע קהילה (איך רעד לשיטת ארונים) איז ער מחויב ארויסצוזאגן זיין חוו"ד. פארשטאנען? אדער איך דארף שרייבן מער באריכותה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2010 17:59 לינק ישיר 

זיבעלע זעט אויס אז ווען מען האט געטיילט שכל האסטו דיך צו שטארק געשטיפט במילא האסטו נישט באקומען, דו האסט אפגעמאכט אז מען טעראריזירט אייך, איי יעדער שרייט אז פאשקעווילן איז קיין טעראר, איז דער תירוץ קיעלעך, און יעצט איז דעם דיין'ס פראבלעם אז ער האט נישט מוחה געווען אקעגן די זאליס גיין לערכאות, זייער א גיטער צוזאם שטעל,
AND I REST MY CASE, יעדער רעכט דענגיקער מענטש זעט בחוש פארוואס איר זענט אזוי פארווייטאגט.


תוקן על ידי משהלע ב- 01/09/2010 18:43:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 17:37 לינק ישיר 

סא הייסט דער דומ"ץ דמתא האט נאר אן אחריות פונעם מייסד דמתא אויף טאג טעגליכע זאכן, נישט אויף וועכענטליכע\חודשים'לכע\יערליכע עבירות א שטייגער ווי ערכעות ומסירה מינות וכפירה העולמיות וכו' וכו,

גוט איך וועלן פועל'ן ביי הנהלת האולם עטרת מאיר צבי, נאר צו  לאזן חתונה מאכן דארט איין מאל א וואך, ס'זאל ח"ו נישט ווערן א טאג טעגליכע פירצה והכל על מקומו יבוא בשלום


תוקן על ידי zibala ב- 01/09/2010 17:38:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 08:10 לינק ישיר 

Zibela אין איין ווארט פארוואס דער דיין האטנישט מוחה געווען אויף אלע זאכן: "ער איז נישט מחויב". בג"ץ איז אין א"י קאורט איז אויף וומ"ס און פארדעם האט ער באשלאסן צו זיין שטיל. און אפילו די ביה"ח איז אויך נישט זיין דאגה ווילאנג עס האט נישט מיט די טאג טעגליכע ווערטשאפט פון שטאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2010 03:48 לינק ישיר 

א קי קייט שטרוי איבער און איבער און געט נישט אויף,

האסט גארנישט מוסיף געווען אין גארנישט אפגעוואנדען, סך הכל האסטע מעלה גירה געווען דאס פריעדיגע שטרוי.

סך הכל האסטע נאכמאהל גענומען 7 שטעלונגען אז
ס'נאר פאשקעווילן פון א מחאה וואס איז נישט טעראר
ס'איז יא דא טעראר ווייל דער דומץ דמתא האט געהייסן
און  ניין ס'נישטא טעראר נאר די בנ"י זענען גאר די טעראריסטן פארן שרייען אין די גאסן נאכן ווערן טערארזירט,
אוי יא ס'דא טעראר ווייל עטז זענטס ענק אליין שולדיג עטס מאכטס חתונה וואו ענק וואולן אין נישט וואו די זבלי אהרן ווילן
 
גוט גוט קיפ איט אפ

נ.ב. איך ווארט אויף א ענטפער היתכון דער דומ"ץ דמתא האט נישט געפילט די אחריות פונעם מייסד העיר ארויסצוזאגן זיין דעת תורה ווען מהרז"ל איז געאנגען צום באגאט"ץ, ווען די בית יואל זענען געגאנגען לערכאות אנטקעגן עקלשטיין, ווען צד מהרז"ל איז געגאנגען בערכעות אויפן בית החיים רח"ל, ווען זיי האבן עס אפיעלט? ווען האט ער די שרעקעדיגע אחריות פונעם מייסד העיר און ווען שמייכלט צו די עוברי עבירה, און די אלע עבירות חמורות ווי ערכעות וכדומה רופן די ארונים אן פאליטיק דער דיין איז נואראל ער מישט זיך נישט אין די שמוץ...

ביטע מבחין זיין ווען הייסטעס שמוץ, פאליטיק, ווען הייסטעס מחאה און אחרית פונעם מייסד העיר



תוקן על ידי zibala ב- 01/09/2010 03:56:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 23:58 לינק ישיר 

zibala כתב:

וועלכע ארגומענט איז אזוי פשוט?

1) ס'נישטא קיין טעראר  
2) ס'איז יא דא טעראר נאר טשאלעמאדי אנטקעגן יענע יארן
ניין!!! פאשקעווילן איז קיין טעראר, ס'איז נאר א מחאה און א פירסום כפסקו של הדיין ר' געציל.
3) טעראר העלפט נישט אין די היינטיגע יו טוב עפאכע
4) טעראר העלפט והא ראי' טויזטענטער קענסעלאשאנס אינעם נייעם זאל
 ניין!!! טעראר האט קיינמאל נישט געהאלפן און היינט א וודאי נישט, אבער מוחה זיין איז מען מחוייב. (לויט די אהרונים).

5) ס'איז יא דא טעראר נאר ס'איז איזאלירטע אינצידענט
ס'איז יא דא טעראר, אבער דאס איז מצד הבהני יואל, ווי גיין אין ערכאות, נאכשרייען מסור פאר דוד עקשטיין, פראטעסטן פארן אויף סאנז קארט, פראטעסטן אין וויליאמסבורג, צוברעכן דוד עקשטיינס קאר, עפענען די געז ליינס ביי ר' מענדלס חתונה, פארברענען רבי אהרן'ס קאר, צוברעכן וויטריאולס קאר, וכו' טעראר האט נישט גענדיגט, די אהרונים האבן זיך שוין פון דעם אפגעלאזט. 
6) קהל האט בפקודת העגל אויפגעשטעלט א קאמיטע זיך אפצוגעבן מיטן טעראר 

7)ס'איז דא טעראר אזויווי די בנ"י האבן געמעגט טוהן מיט עקשטיין 
8) BLANK TBD...

באטדעם ליין, איר מיזט נעמען איין ניגון און נישט 7+ אנדערע אז נישט וועט יעדער נארמאלער מענטש וואס איז נישט א חלה דעקל נישט פארשטיין,

פלעין אידיש איז פיין...

 לאור פון ראדניס לעצטע פאוסט מיז איך מוסיף זיין נאך א טוויסט

8) יא ס'דא טעראר, אבער ס'איז וועגן די עירוב שרייערס אין וומסב"ג
9) מ'שטויסט פרויען וועגן אויבערלענדער וגומר


איך פארשטיי אז ס'טיט וויי, איר וואלט געוואלט אז דער פסק פון ענקערע דיינים זאל מחייב זיין די אהרונים, אבער עס ארבייט נישט אזוי, וואס ווילט איר? אז די עוולה פון ווארפן פאשקעווילן זאל יעדן וויי טוהן, און זאל אויפרידערן די וועלט?, ס'טיט קיינעם נישט וויי!, פונקט ווי דיר טיט נישט וויי ווען מען שלאגט און מען ווארפט אראפ פרויען וואס טראגן שבת מיטן היתר פון זייער רב אדער דיין, ואין פוצה פה ומצפצף, איך זעה נישט איר זאלט מוחה זיין דערויף, אדרבה, איר האלט גאר אז אזוי דארף צו זיין, און מען איז מחוייב מוחה זיין, פונקט אזוי קיקט זיחך צו די וועלט און האט נישט קיין רחמנות אויף די פאשקעווילן געליטענע, זיי האלטן אז דער דיין פון די שטאט וואס דער מייסד פון די שטא האט ממנה געווען גיט ארויס א פסק איז מען דאס מחוייב צו פאלגן, און אויב שמעקט דיר נישט, און מען איז מוחה קענסטו נישט האבן קיין טענות. און דאס איז וואס איז וואס איז אזוי פשוט, אייך טיט נישט וויי די עוולה, אייך טיט ווי אז איר זענט די באטראפענע, זאגט די וועלט אז איר זענט אליין שולדיג, פאלג דעם פסק וועט קיינער מיט דיר נישט טשעפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 21:38 לינק ישיר 

ראדני -

ביטע נעמען צו קענטעניס, די זאליס האבן דערווייל קיין זאל נישט, ס'איז נישט יושר צובארעדן מענטשן אויף א דבר שלא בא לעולם

די בני יואל ווייטער, האט קיינמאל פון רגצ"ל נישט געהאלטן, און קיינמאל נישט אקצעפטירט זיינע פסקים, אפילו ער שיין געשמייכלט צו זיי, ווייל ער האט ווי ערווענט אויבן קיינמאל נישט געקראסט די ליין צו פסקנ'ן אנדערש ווי זיינע אויבערהארן, אפילו נאך די משה גבאי טעראר עפאכע ער איז אייביג געווען מופרך סיי ביי די איסור אויף בנ"י, אדער די היתר אויף די מילך, די איסור יוסל וו"מ די היתר אויפן פס"ל די איסור אויפן זאל די היתר אויף קאטשקעס וכו' וכו'

במילה שרייב נישט אז פלוצלינג האט ער געשאסען א הלכה און איעדער אנטלויפט פון איהם, ווייל ממ"נ איז ערכעות פון די זאליס נישט אזוי הארב ווי די איסור סידו"ק?, נו אז עטס זענטס אזוי פראוד אז ער איז נוטראל געווען פארוואס פרעגסטו נישט די קשיא, היתכון  ווי איז דער גדול בענקים וועם רביה"ק האט זיך אוסגעדריקט אויף איהם מיט אזא חביבות "מיין געציל" ווי איז ער געווען אויף די שרעקעדיגע בג"ץ, מסירות העולמי  פון רז"ל, מסירות פון בית יואל קעגן דוד עקשטיין, אלעס האט ער געקאנט פארשווייגען נאר דעם חומר האיסור וואס ער מדמה געווען מילתא למילתא דא קען ער שוין נישט שווייגן???? איז דאס נישט קיין וואונדער פאר ענק קעלבער?? איז דאס אזוי שווער צופארשטיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 21:14 לינק ישיר 

משהלע כתב:
ס'איז אזוי פשוט, פארוואס פארשטייען דאס נישט די בני יואל אדער די זאלונים? האבן זיי א נידעריגערן IQ פון די אהרונים? איך האב פרובירט מסביר זיין אויף אידיש און ס'האט נישט געארבייט, האב איך פראבירט אויף ענגליש אבער ס'האט אויך נישט געארבייט, עפעס איז דאס מיט די בני יואל דזשינס. איך וואלט געטרייט אויף רוסיש אדער פויליש אבער דאס קען איך אויך נישט.


וועלכע ארגומענט איז אזוי פשוט?

1) ס'נישטא קיין טעראר
2) ס'איז יא דא טעראר נאר טשאלעמאדי אנטקעגן יענע יארן

3) טעראר העלפט נישט אין די היינטיגע יו טוב עפאכע
4) טעראר העלפט והא ראי' טויזטענטער קענסעלאשאנס אינעם נייעם זאל

5) ס'איז יא דא טעראר נאר ס'איז איזאלירטע אינצידענטן
6) קהל האט בפקודת העגל אויפגעשטעלט א קאמיטע זיך אפצוגעבן מיטן טעראר 

7)ס'איז דא טעראר אזויווי די בנ"י האבן געמעגט טוהן מיט עקשטיין 
8) BLANK TBD...

באטדעם ליין, איר מיזט נעמען איין ניגון און נישט 7+ אנדערע אז נישט וועט יעדער נארמאלער מענטש וואס איז נישט א חלה דעקל נישט פארשטיין,

פלעין אידיש איז פיין...

 לאור פון ראדניס לעצטע פאוסט מיז איך מוסיף זיין נאך א טוויסט

8) יא ס'דא טעראר, אבער ס'איז וועגן די עירוב שרייערס אין וומסב"ג
9) מ'שטויסט פרויען וועגן אויבערלענדער וגומר

תוקן על ידי zibala ב- 31/08/2010 21:17:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 21:00 לינק ישיר 

נו זאג דו, דאס וואס מיינט "טעראר" און וואס מיינט "מחאה",

די עירוב שרייערייען "טעראר" אדער "מחאה"
שטערן קאנסטראקשן אין די מדינה "טעראר" אדער "מחאה"
אויפשטעלן הויכהילכערס קעגן רב פון שטאט "טעראר" אדער "מחאה"
שיקן די בחורים אויף יוז סט. "טעראר" אדער "מחאה"
אויסשיסן עקשטיינס קאר "טעראר" אדער "מחאה"
שלאגן אבערלענדער מיט א פלאש אין קאפ "טעראר" אדער "מחאה"
א פסק הלכה איבער סידור קידושין "טעראר" אדער "מחאה"
ווארפן פאשקעווילן "טעראר" אדער "מחאה"

איך ווייס שוין מילא דער תירוץ: הא לן והא להו, סווענט זיך ווי דער חמר שטייט איין


איבער די משל,

אוואדי יעדער איז at some point געווארן אדער א אהרוני אדער א זאלוני, קיינער איז נישט געבוירן א אהרוני אדער א זאלוני, דער פוינט איז אז דער צד השוה פון אלע ענקערע רבנים המתירים איז אז קיין איינע פון זיי האבן נישט יעצט ביי דעם סידור קידושין אינצידענט מחליט געווען אז זיי ווערן זאליס, זיי זענען אלע א טאג פאר דעם שוין געווען "פראנצויזן" צו פאר דעם פאר יענס, and that's all that matters,

און דאס איז שוין א מיליאן מאל ארויסגעברענגט געווארן דער תשובה נצחת אז ר' געציל האט סך מער קרעדיביליטי ווי אלע ענקערע דיינים, צוליב דעם פאקט: ליין גוט דעם זאץ:

ביז ר' געציל'ס פסק הלכה קעגן די סידור קידושין, האבן אלע זאליס עמטליך שפעקולירט אז ר' געציל איז מעגליך מיט זיי.

אט דער פאקט דיסטרויט ענק!!

פארוואס מיינסטו האבן עטס זאליס אזוי שפעקולירט, טראכט גוט אריין, טריי צו געסן איך וועל דער העלפן: ווייל עס האט זייער בולט געווען דער מציאות אז ר' געציל האט נישט ארויסגעגעבן קיין איין איינציגער פאליטשער הוראה, דורכאויס דער גאנצער טיילונג היסטאריע, אין גם אחד,

און די זעלבע צייט האבן די זאלוני דיינים ארויסגעגעבן רעגלמעסיג "קשר בוגדים" הוראות, ביי יעדע שיידפונקט,

אט דער קאנטראסט האט געשריגן...

פלוצלינג די ערשטע מאל וואס ר' געציל געבט ארויס א פסק הלכה, קעגן קיינעם פערזענליך, ער שרייבט נאר א טרוקענע הלכה אז דער סידור קידושין בלי רשות המ"ד איז דומה צו דער תשובה פון רבינו ז"ל צום נאסוידער רב, ווערט ער א עגל מיט א קעציל, מיט א טעראריסט, וואס גייט דא פאר? טאר ער טאקע נישט ארויסגעבן קיין שום אבן העזר פסק הלכה וואס שטימט נישט מיט די זאליס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 20:15 לינק ישיר 

מוישעלע -

1) רביה"ק האט קיינמאל נישט פראמאטעט טעראר אדער אינטימידעשאן קעגן הולכי בחירות, אדרבה רביה"ק האט ארויסגעווארפן בחורים וואס האבן געטוהן אייגענע אקציעס, ער האט זיי נישט אנגערופן מצויינים,  בכלל  האט ער גענומען די שטרעגסטע שריט אנטקעגן מזיק זיין נכסי ישראל אפילו ריכטיגע ציונים-מזרחי לאו דוקא הולכי בחירות,
2) רביה"ק האט מברר געווען די איסור בחירות אז ס'איז כפירה ממש, ער האט נישט געזויגן פון די פינגער קיין איסורים און נישט געזאגט אז ס'אסור ווייל ער טרעפט עס נישט אין שו"ת ספרים, ר'גצ"ל ור'בצ"ל האבן קיין שום בירור אויף לאיסור נישט געמאכט, צו זאגן אז א מלמד אין נאסויד איז א אזוי ווי א רב א מורה הוראה אין קרית יואל איז א זעלטענע חריפות, אבער אן קיין בירור איז זיך נישטא אפילו מפלפל צו זיין
3) העכסטענס אז עטס שפירסט אז ס'ממש אזויווי די בחירות הרשות בידכם צו פארפירן אבער נישט מער, רביה"ק האט נישט מקפח געווען קיין פרנסות פון הולכי בחירות אדרבה ער האט אפילו מתיר געווען צו קויפן תשמישי קדושה,
במילא ח"ו צו זאגן אז רביה"ק האט טערארזירט הולכי בחירות - ער האט מברר געווען און פארפירט צו קאנוויסן די מתירים אז ס'איז כפירה ממש,
די סידו"ק סומעטעכע איז ניטאמאל ווערט צוצוגלייכן צו ציוניזם, ווייל ס'איז נישט דא קיין שום בירור פון א רב אדער דיין אז ס'איז אסור אין קרית יואל

איבער די עירוב טעראר, הגם ס'איז נישט גלייך צו קידושין ווייל ס'איז ספיקה דאוריתא'ס וואס די סידו"ק דיון איז נישט מער ווי א תקנה,  דאך בין איך מודה אז טעראר איז נישט די וועג, און איך זעה נישט וואו ס'קומט אפילו אריין אינעם בילד, די אומשולדיגע קאפלעך זענען גארנישט שולדיג אז אין וומסב"ג שרייט מען נאך פרויען

ראדני -
טעראר איז נישט געשטארבען, קוק ארויס פון פענסטער און איבעצייג דיך, צו ס'העלפט צו מכניע זיין די אנדערע צד, אוודאי נישט, ס'האט נישט געהאלפן קעגן די ניקעלסבורג אין די ל' נישט קעגן רעבעצין'ס מענטשן אין די מ'ס נישט קעגן ר' יחזקאל ראטה אין די נ' און נישט קעגן בנ"י אין די ס',

יעצט אז אונז ווייס מיר שוין קודם אז ס'עקזיסטירט טעראר ב"ה, איז דא א פרישע ארגומענט אז ס'איז איזאלירטע אינצידענטן.

קודם כל, איר אליין דא אויפן פארק ארגומענטירן שוין חדשים אז די טעראר איז ארקעסטרירט על טהרת הקודש, דאס האט דאך רביה"ק געשריבן אויף נאסויד, וויאזוי האט זיך דאס געטוישט אויף איזאלירטע אינצידענטן?

נאכער - די געמיינע פאשקעווילן ווערן געדריקט אויף מעסס פראדאקשען אין דיסטריביוטעט אין ישיבה, תלמוד תורה, ס'שווער צו זאגן אז אלעס אונטער די רוקן פון די באהערדע,
והשלישית די הנהלת המוסדות האט געסטראשעט א מלמד מיט זיין דזשאב איז דאס איזאלירט?

הונדערטער ביקעס באגלייטן אהיים שבת ביינאכט א משפחה אנשים נשים וטף מיט שטיינער און שטויסעס, איז דאס איזאלירט? קאם אן עפן דיר די קאפ

יעצט איבער די משל ונמשל, איז די חילוק זייער פשוט,

ווייל די אלע פראנצויזישע ריכטער וואס פסקענען אז ס'בלאנגט פאר פראנקרייך, זענען געווארן פראנצויזן ווייל זיי האבן דאס געזאגט...

די היסאטריע האט געוויזן אז בני יואל האט קיינמאל קיין רב אדער דיין נישט אויפגענומען, נאר ווען אימער א רב אדער דיין האט געהאלטן אנדערש ווי די פעיראל דיינים זענען זיי געווארן פראנצויזן, קאשויער רב איז נישט קיין בני יואל, שארמאשע רב האט געהויבן דעם בעכער פארן ב"מ נאך בנ"י, ער איז נפסל געווארן פארן אסר'ן דעם פס"ל, די זעלבע מיט ר"י גאלד, די זעלבע מיט אלע אנדערע.

דער איינציגסטער דיין וואס האט קיינמאל נישט געקראסט פארטי ליין'ס איז דער בעל אגל, און פארדעם איז ער נאך נישט געווארן קיין פראנצויז 







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 19:40 לינק ישיר 

ס'איז אזוי פשוט, פארוואס פארשטייען דאס נישט די בני יואל אדער די זאלונים? האבן זיי א נידעריגערן IQ פון די אהרונים? איך האב פרובירט מסביר זיין אויף אידיש און ס'האט נישט געארבייט, האב איך פראבירט אויף ענגליש אבער ס'האט אויך נישט געארבייט, עפעס איז דאס מיט די בני יואל דזשינס. איך וואלט געטרייט אויף רוסיש אדער פויליש אבער דאס קען איך אויך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 19:18 לינק ישיר 

דאס איז ברור כשמש אז דער ענין פון "טעראר" איז היינט געשטארבן, פינטל, דער קאנצעפט אז שלאגן אדער שעדיגן נכסים זאל האבן די מינדעסטע השפעה צו מכניע זיין א צד, איז שוין היינט היסטאריע, היינט איז די יו-טוב עידש, מסר'ן פאר די אינסטאנצן אז א נארמאלער זאך, אדרבא ס'גאר א מציאה צו זיין א וויקטים פון א טעראר אקציע און אפי' זאל'סט מיר ברענגען א לאנגע ליסטע פון איזאלירטע אינצידענטן, איז נישטא קיין שום באווייז אז דאס איז מטעם פון די מנהיגים פון סיי וועלכער צד, למשל ווען מ'האט אויסגעשאסן דוד עקשטיין'ס קאר שויבן, אדער וואנדאליזרט וויטריאלס suv, האט יעדער בר דעת פארשטאנען אז דא איז אייגענע אקציעס פון יחידים וואס וועלן אלס פאסירן

אויך וויל איך נאר איינמאל פאר אלעמאל אפענטפערן די טיפשות וואס די חסידי רז"ל האלטן אין איין איבערקייען כאילו ר' געציל איז א דעת יחידאי, פארוואס? ווייל 1000 זאלי/בני יואל דיינים ומוצים, זענען קעגן איהם, ס'פארשטייט יעדער איז דא איז דא חלוקי דעות צווישן 2 צדדים, צד הארונים וצד הזלונים, צד הארונים האלטן אז ס'אסור וצד הזלונים, דאס מיינט אז דא איז 1 קעגן 1, הארונים מיט אלע זייערע רבנים דיינים, מוצים, שוחטים, חזנים, נערנים האלטן ווי ר' געציל, והזלונים מיט אלע זייערע רבנים דיינים, מוצים, שוחטים, חזנים, נערנים האלטן קעגן ר' געציל,

משל למה"ד, לאמיר זאגן אז 2 מדינות, פראנקרייך און ענגלאנד, זאלן זיך ארומקריגן איבער א געוויסער קליין אינזל און אזיע, און כדי צו אנטשיידן דעם קאנפליקט האט די UN מחליט געווען צו מאכן א אפשטימונג צווישן די 150 וועלטליכע מדינות, ביי די אפשטימונג האבן זיך אראפגעזעצט מיט גרויס ערענסקייט און דראמא די אלע אמבאסאדורן פון די 150 מדינות, [ענגלאנד אין פראנקרייך זעלבסט אויך נכלל], נאכן אפגעבן אלע שטימען, שטעלט זיך ארויס אז 148 מדינות האבן געשטימט "קיין שטימע", דאס מיינט זיי אז זיי אנטזאגן זיך פון צו שטימען, און 1 מדינה האט געשטימט לטובת פראנקרייך און 1 לטובת ענגלאנד, שרייט אויס דער פארטרעטער פון פראנקרייך אז ער האט יעצט באקומען א וויכטיגע נייעס וואס ער וויל מיטיילן פאר אלע מיטגלידער וואס אט דער נייעס וועט איבערוויגן די שטימע לטובת זיין מדינה, נעמליך, אז דער פרעסטידשפולע פינאנץ מיניסטער פון פראנקרייך האט יעצט דערקלערט זיין פולע שטיצע לטובת פראנקרייך, ממילא איז די שטימע 2 קעגן 1 לטובת פראנקרייך, זאגט דער טשערמאן, מיטן פולן רעספעקט, דאס אז א מיניסטער פון ענקער מדינה איז מיט ענק איז נישט אינטערסאנט אין קען נישט פארעכנט ווערן, ווייל יעדער מדינה האט נאר 1 שטימע, 5 מינוט שפעטער שפרינגט נאכאמאל אויף דער פארטרעטער פון פראנקרייך אז ער האט נאך פרישע נייעס יעצט ערהאלטן פון זיין געהילף, וואס דאס וועט זיכער איבערוויגן די שטימע לטובתינו, אז ממש יעצט האבן אלע הויכגעשעצטע 9 ריכטער פון די העכסטע געריכט אין פאריז פראנקרייך ארויסגעגעבן א יונענעמעס פסק אז דער אינזל געהער פאר פראנקרייך, ממילא האלט עס שוין ביי 11 קעגן 1 לטובתינו, ערקלערט ווייטער דער טשערמאן, קענסט מיר ברענגן א מיליאן שטימע פון דיין אייגן מדינה, זענען זיי אלע נאר פארעכנט פאר 1 שטימע, נאכדעם זעצט פאר דער UN טשערמאן, אז ער וויל פארשטעלן א פרישע אפשימונג, צו מ'זאל צווינגען פראנקרייך צו ערזעצן זייער פארטרעטער אין די UN ווייל ווי עס שיינט האט דער יעצטיגער א גאר נידעריגער איי-קיו וואס דיסקוואליפיצרט אים פון זיין א אמבאסעדור אין די UN, די שטימע איז 149 קעגן 1 , לטובת די רעזאלוציע

והנמשל מובן מאליו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 18:02 לינק ישיר 

to moshele: (the nutrel)
everything zibela wrote here happened in the last few months
and the fact will not change even if you deny it



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רעזולטאטן פון פאשקעווילן געווארפעריי: 8 פרישע באשטעלונגען אין נייעם זאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext