שאקינג: ר' געציל פאררופט אסיפה היינט נאכט מיט ראשי קהילה פון קהל יטב לב (מהרי"י) און בני יואל!
היינט נאכמיטאג זענען צוויי חשובע אידן, הרה"ח ר' שלמה קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה טירנויער הי"ו אריבערגעגאנגען צום קרית יואל'ער דיין ר' געציל בערקאוויטש שליט"א און געזאגט פארן דיין אז זיי האבן א שאלה צו פרעגן.
ר' געציל האט זיי אויפגענומען און זיי האבן אנגעהויבן זאגן אז דער דיין ווייסט דאך וואס גייט פאר אין שטעטל די לעצטע פאר טאג, דא האט וויטריאל מחלל שבת געווען בהפרסי' און געדרייווט א קאר ליל שב"ק, די בחורים שרייען נאך די פארפעלקער וואס האבן חתונה אינעם נייעם זאל, און אלע זאגן זיי אז ר' געציל זאגט אז זיי מעגן, ר' געציל געט א היתר, ר' געציל איז מסכים און אזוי ווייטער.
ר' געציל האט רעאגירט אויפגעשוידערט און געזאגט אז ער האט פון דעם אלעם גארנישט געוואוסט, ר' שלמה טירנויער האט געזאגט פאר ר' געציל, דער דיין זאל וויסן אז די אלע מעשים וואס ווערן דא געטון אין שטעטל איז אויף אייערע פלייצעס, די אהרונים שרייען אלע אז ר' געציל גיט די פולע הסכמה צו זייערע שטיק. ר' געציל גלייך האט פארלאנגט אז היינט נאכט אום 10 אזייגער וויל ער האבן א אסיפה ביי זיך אין שטוב, און מ'וועט דן זיין בכובד ראש וואס עס קען געטון ווערן.
היינט נאכט אום צען אזייגער וועלן זיך פארזאמלען אין שטוב פון ר' געציל ר' שלמה קויפמאן און ר' שלמה טירנויער מיט ר' משה פריעדמאן פון קרית יואל, און נאך חברי הנהלת הקהילה והמוסדות און מ'האפט אז דער אסיפה וועט ברענגן געוואונטשענע רעזולטאטן.
פרטים יבואו!
נשלח ב-23/8/2010 15:30
איך בין עהם דן לכף זכות אזוי ווי די גמרא זאגט פון אנהויב דעם לשון שמא עשה תשובה. תשובה איז די ערשטע שטאפל עזיבת החטא וחרטה על העבר. לאמיר האפן אז ער וועט האבן די כוח זיך מתגבר צו זיין אויף דעם נסיון וואס ער האט. ווייל ער איז דאך א איינגעשטעלטער און קאן דאך אויסצושטיין פרעשור פון די בעלי הזרוע וואס שטייען בראש פון די אלע רשעות.
ומאידך גיסא וואלט געווען כדאי נאכברענגען א תורה פון רבינו הק' אויפן פסוק ידינו לא שפכו את הדם הזה. לכאורה אויב די זקני העיר ווילן זיך מתודה זיין אויף דאס פארגאסענע בלוט, וואסערע ווידוי איז צו זאגן די ווערטער איך ווייס נישט, איך האב דאס נישט געטוהן? דאס איז דאך נישט מתודה געוועהן? דאס מיינט זיך נאר ארויסגעדרייט.
ענפערט רבינו הק' בעל ויואל משה ודברי יואל זי"ע. די זקנים זאגן, ידינו לא שפכו את הדם הזה, מיר האבן דאס טאקע נישט געטוהן בידים, אבער מיר זענען זיך מתודה, אז ועינינו לא ראו. מיר האבן זיך נישט גענוג אומגעקוקט צו היטן די זאך זאל נישט פאסירן. דאס מיינט אז די זקנים ווייסן אז זיי וואלטן זיך געדארפט מער אומקוקן אויף די שטאדט אז אזא זאך זאל נישט פאסירן.
נשלח ב-23/8/2010 08:32
דער בעל העגל שפירט שוין וואס פארא לעבן זיין נייע קאפל וואס גייט בקרוב חתונה האבן זיי וועלן האבן אזאנס צו געדענקן, דעריבער שטעלט דער בעל העגל זיך פאר ווי א רודף שלום, רבי געציל איר האט פארשמירטע הענט זייט מוחל און שטעלט אייך אויף אויפן בעלעמער, רופט אויס ברבים, אנדערש וועט איר נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם
ר' געציל האט נאכאמאל געבעטן פון די פארזאמעלטע זיי זאלן אים פונקטליך זאגן וואס עס שפילט זיך אפ, און ער האט ווידעראמאל דערקלערט אז ער האט נישט געהאט קיין מושג אז די זאכן קאכן זיך אפ דא אין שטעטל, האבן די עסקנים געזאגט אבער מהיום והלאה איז אלעס אויפן דיינ'ס אחריות, יעצט אז דער דיין ווייסט דאך שוין יא וואס גייט פאר. ר' געציל האט זיי געזאגט אז ער וועט זען וואס ער קען טון און ער וועט פרובירן צו טון, די עסקנים האבן אים געזאגט אז אויב וועט די טעראר נישט קומען צו א ענדע איז דאס אויף די פלייצעס פונעם דיין און מ'וועט ווייטער מוזן טון וואס מ'האט צו טון, האט ר' געציל אויף דעם געענטפערט אז ער וועט זען מצידו וואס ער קען טון, און די עסקנים זאלן טון וויאזוי זיי פארשטייען.
וועט ר' געציל'ס רוף צו די אהרונים אויפצוהערן מיט די טעראר געהערט ווערן? ימים ידברו.
נשלח ב-23/8/2010 07:53
איז שוין דא אפדעיטס?
נשלח ב-23/8/2010 05:59
געכאפטער, געוואלדיג שטארקע נקודות ארויסגעברענגט, לאמיר טאקע האפן עס וועט זיין אזוי ווי צביהירש זאגט און ער וועט זיין פון די עושים תשובה בלילות. וועל מיר זען וואס וועט זיין נאך די אסיפה.
נשלח ב-23/8/2010 05:31
דערווייל האלט עס ביי "וודאי לא עשה תשובה" אבער וועלמיר זעהן נאך די "אסיפה"
נשלח ב-23/8/2010 05:29
כבר אמרו חכמינו ז"ל במס' ברכות יט): 'אם ראית ת"ח שעבר עבירה ביום, אל תהרהר אחריו בלילה, שמא עשה תשובה', וממשיך הגמ' שלא גורסים 'שמא', אלא 'וודאי' עשה תשובה.
נשלח ב-23/8/2010 05:21
אזוי??? ר' געצל האט פון גארנישט געוויסט? אויב האט ער דאס געזאגט איז ער א פאלנע לץ און שקרן, די גאנצע שטאט דרייט זיך איבער שוין אפאר חדשים, פיל מיט מענטשן (גם אני בתוכם) האבן אים שוין אנגערופן, וואס פאר יעדן איינעם האט ער געענטפערט מיט די זעלבע ביליגע ליצנות "אזוי??? איך האב גארנישט געוויסט? איך גיי "שוין" (אבער שוין.....) זעהן וואס איך קען טוהן דערצו...
פאר וועמען גייסטו איינרעדן אז די האסט גארנישט געוויסט??? ווער גלייבט דיינע באבקע'ס, ידיכם דמים מלאו, שוין עטליכע חדשים וואס אויף אייער אינציאטיוו איז אידיש בליט הפקר ווי וואסער, אויף יעדע פאשקוויל שטייט דעם סטעמפל "על פי הוראת הדומ"ץ" איר ווייסט נישט??? ווי וואוינט איר ר' איד???
דאס איז חוץ די שוידערליכע בזיון תלמיד חכם וואס ער האט מבזה געווען מיט א ביליגע ליצנות ביי זיין רעדע אינעם ווייסן שוהל
*
מיין פערזענליכע מיינונג איז אז ער גייט גארנישט טוהן קיין שום "עכטע שריט" וואס זאל אפשטעלן די רציחות, ער גייט (לכאורה) זיך נישט אויפשטעלן ברבים מיט א שארפע - נישט קיין פארווע - דרשה אז בתור דומ"ץ העיר (פאר די ארוינים) זאל קיינער זיך נישט דערוואגן עובר צו זיין אויף מיין פסק אז מען טאר נישט רודפ'ן די קאפלעך