בית פורומים כל העולם כולו

תולדות אהרן - אביסל היסטוריה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/8/2010 18:36 לינק ישיר 
תולדות אהרן - אביסל היסטוריה


ו
וער איז דאס דער ר' 'אהרן'?

(איך שרייב נישט דעם אשכול בכדי אריין צו גיין און וויכוחים וועגן תו"א - תוא"י, נישט דאס איז דער נושא – עוד חזון למועד, - דער נושא דא איז אזוי וויא איר וועט ליינען – ביטע נישט אריין ברענגען זאכן וואס איז נישט מן העניין)

הרה"ק ר' אהרן ראטה זצוק"ל, בעל מחבר ספר 'שומר אמונים' – 'שולחן הטהור' און נאך, דער בעל שומר אמונים האט מייסד געוועהן זיין חבורה לכתחילה אין די שטאט 'סאטמאר', וועגן געוויסע סיבות האט ער זיך אריבער געצויגן קיין 'בערגסאז'.

דער בעל שומר אמונים האט געהאט גרויסע תלמידים – רבנים, אדמורים, ראשי ישיבות א.ד.ג. וואס רובו דרובו זענען ליידער פארברענט געווארן ביי די דייטשע גאזקאמערן, דא איז נישט דער פלאץ זיי אויס צו רעכענען.

איינער פון זיינע גרויסע תלמידים נאך פון שטאט סאטמאר – איז געוועהן הרה"ק ר' אברהם יצחק קאהן זצוק"ל – מבחירי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל, וואס האט אים אויסגעקליבן אלס איידים – פאר בתו היחידה.

אין יאהר תרפ"ח האט דער בעל שומרי אמונים אויפגעשטעלט זיין חבורה אין ארה"ק, אפאהר יאהר ארום איז ער צוריק געפארן קיין אונגערין – בערגסאז.

ווען די מלחמה האט אויסגעפלאצט אין אונגערין, האט זיך דער בעל שומרי אמונים גאשאפט די נויטיגע פאפירן, און געפארן צוריק קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין משפחה, זיין איידעם – טאכטער, און זיין בן יחיד ר' אברהם חיים ראטה שליט"א – היינטיגער שומרי אמונים רבי.

דער בעל שומרי אמונים איז געוועהן אגרויסער בעל יסורים", ו' ניסן תש"ז האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה – ער איז אלט געוועהן אינגאנצן 52 יאהר.

דער בעל שומרי אמונים האט געלאזט צוואה, אז דער ציבור זאל בוחר דעם ממלא מקום, און וויא פארשטענדליך האט דער ציבור בוחר געוועהן אין דעם איידעם – ר' א.י. קאהן זצ"ל, כאטש דער בעל שומר אמונים האט איבער געלאזט אין איינצלען בן יחיד – האט דער ציבור בוחר געוועהן אין דעם איידעם – און נישט און דעם זוהן.

די גאנצע 'חבורת שומר אמונים' האט געציילט ביי די 60 מענטשן כולל בחורים.

אשטיק צייט ארום, האט זיך דער זוהן ר' אברהם חיים אויך דערמאנט אין די רעביסטעווע, און האט אנגעויבן צו פארפירן – הלמאי, ער איז דער יורש יחיד, אבער דער עוילם האט זיך נישט קיין סאך צוויסען געמאכט.

דער בית המדרש איז געוועהן זייער אקליין שטח, עס האט נישט געקענט האלטן מער וויא 4-5 מנינים, האט מען געדארפט זוכען א גרעסערן פלאץ, האט מען דעמלטס געטראפן א גוטן פלאץ אויף רחוב 'עונג שבת' אין מאה שערים (היינצוטאג דער ביהמ"ד הגדול פון תולדות אברהם יצחק), למעשה האט מען איבער געלאזט דעם האלטן ביהמ"ד פארן זוהן ר' אברהם חיים, דער תו"א האט געגרינדענט דעם ישיבה "תולדות אהרן" – עס האט למעשה געהייסן אזוי 'ישיבת תולדות אהרן – שע"י חבורת שומר אמונים'.

דער תו"א רבי האט זיך כמעט אלע זיינע יאהרן צוזאם געליטן, פון כל מיני עלעמענטן, אין נישט אינטערעסאנט אריין צו גיין אין יעדן פרט ופרט.

מיט די צייט איז תו"א געווארן די גרעסטע היימישע קהילה בארץ הקודש, און איז פארשטענדליך געגאנגען מיט די שיטה"ק פון רביה"ק מסאטמער – ע"פ הנהגתו פון בחיר תלמידיו רביה"ק מתו"א זצוק"ל, תולדות אהרן איז געווארן דער ריקען ביין פון די העדה החרדית, תולדות אהרן איז געווארן די הולכים בראש המחנה – ביי אלע מערכות וואס די העדה החרדית האט אונטער גענומען, אין תולדות אהרן איז געוועהן – אין איז נאך עד היום הזה די איינציגע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל – וויא רובו דרובו פונעם עולם נעמען נישט  קיין 'ביטוח לאומי' = Social Security.

עס איז גאר פארשטענדליך, אז פאר די אויגן פון די ארומיגע אין ארץ הקודש, דאס - אז פאר זייערע אויגן שפארצט דא ארויס א אימפעריע – ממש ה 'יש מאין' – עס האט קיינמאהל פאר תולדות אהרן נישט געפעלט קיין אומפארגינערס – סיי ביי די היימישע – און סיי בי די ווייניגער היימישע.

וויא הויבן דערמאנט, איז תולדות אהרן געוועהן די הולכים בראש המחנה ביי די אלע מערכות פון די העדה החרדית – להוציא די מערכות וואס עס פלעגן פירען כל שני וחמישי – די אזוי גערופענע מחוצפים די 'נטורי קרתא' היינטיגע 'סיקריקים', וואס האבן שטענדיג געמאכט שבת פאר זיך – אהן קיין שום דעת תורה – און אהן צו זיין אונטערגעוארפן צו קיין שום בי"ד – רב – דיין – אדער רבי.

זיי האבן זיך ביי קיין שום מערכה פון די העדה החרדית נישט משתתף געוועהן, זיי זענען ארויס אנטקעגען דעם הייליגן סאטמאר רב (דבר"י – ויא"מ) – ווען אין תשכ"ז האבן זיי אויס גערופען אויף אים 'רבינו סר מהדרך' עפ"ל.

זיי האבן געפירט א ביטערן קאמף קעגן דעם סאטמער רב זצ"ל – ווען ער האט געהייסן ברענגען דעם גאון בעל 'מנחת יצחק' אלס ראש בית דין פאר די העדה החרדית.

קיינמאהל זיך נישט משתתף געוועהן ביי קיין שום מערכות וואס די העדה"ח האט געפירט.

ביי קיין שום קבלת פנים וואס מען האט געמאכט פאר רביה"ק ה'ברך משה' זצ"ל, נישט גענומען קיין באטיילונג.

און צוויי ווערטער – ווייט פון סאטמאר – ווייט פון די העדה החרדית – ווייט פון אלע מערכות למען קודשי ישראל.

וואס האבן זיי יא געאהט – א פעידער מיט פאפיר – שטענדיג געדרוקט די ארגסטע פאטשקעווילן, קעגן דעם סאטמער רב (דבר"י – ויא"מ), קעגן דעם ברך משה, קעגן דעם מנחת יצחק, קעגן דעם בית דין פון די העדה החרדית, וויא אויך קעגן דעם הייליגן תו"א רבי'ן זי"ע

תולדות אהרן בהנהגות דעם תו"א רבי'ן זצ"ל – זענען אויך געוועהן בראש ההולכים קעגן האט די מחוצפים, אהן קיין פחד און מורא, נישט איינמאהל – און מער וויא צווי מאהל, האט דער תו"א רבי זי"ע, ארויס געשליידערט חסידים פון זיין קהילה – ווייל זיי האבן זיך משתתף געוועהן מיט די אויבנדערמאנטע מחוצפים – דו 'נטורי קרתא' – וויא פארשטענדליך פלעגן זיי אים שטענדיג באשמוצן, אויף רעכטס און לינקס, אז ער איז ווייט פון קנאות – איו נויגט צו לינקס – א.ד.ג. – אבער וויא דו היסטארי לערנט אונז – ווייסן מיר אלע, וויא שטארק קנאי – דער הייליגער תו"א רבי איז געוועהן.

דער תו"א רבי זי"ע, האט געלערנט זיינע תלמידים וחסידים, אז מען דארף זיך מתבדל זיין במציאות – און נישט מהשפה ולחוץ פון די ציונים, דער תו"א רבי האט געזאגט אז זיינע אמתע חסידים גייען נישט צום 'כותל המערבי' – דער תולדות אהרן רבי – האט שטענדיג מיט געהאלטן די מערכות פון די העדה החרדית.

מיט דעם וואס דער תו"א רבי זי"ע – איז מפעם לפעם געגאנגען אויף א פארטש ווייט אקעגן איבער דעם כותל המערבי – איז ער נישט געווארן לינק געשטומט – דער תו"א רבי זי"ע – האט שוין געזאגט גלייך נאך די ששת הימים מלחמה - נאך בעפאר ער האט געהערט פון דעם הייליגן סאטמער רב זי"ע, אז לכאורה וועלן היימישע הערליכע יודען נישט קענען גיין צום כותל המערבי.

מיט דעם וואס דער תו"א רבי האט ארויס געווארפן פון זיין קהילה שטיינער ווארפער אויף די ציוניסטישע פאליס – איז ער נאך נישט געווארן לינק – ווייל צו ווארפן א שטיין 'יש בו כדי להמית', פלעגט ער זאגן.

מיט דעם וואס דער תו"א רבי זי"ע האט נישט געלאזט טשעפענען דעם רב פון די ציוניסטישע ארמיי 'דער רב הראשי לצהל' – דער טרויער ברומטער רב גורן – ווען ער פלעגט מפעם לפעם אריינשפאנצירן און תו"א ביהמ"ד – איז ער נישט געווארן לינק – ער האט זיך אויף געפירט וויא א נארמאלער מענטש (דאס איז געוועהן פאר די פרשה פון התרת ממזרים).

מיט דעם וואס דער תולדות אהרן רבי, האט נישט געלאזט זיינע בחורים - אינגעלייט מיט האלטן די צולאזטע הפגנות פון די מיסטוואפערס – שטיינערוואפערס – און גארבידזטש צונדערס, איז ער נישט לינק געשטומט.

כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף

המשך יבוא



תוקן על ידי גערעכט ב- 23/08/2010 19:22:33




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2010 01:10 לינק ישיר 

ס'איז באמת אומגלויבליך ווי אזוי מענטשן שרייבן אנטקעגן א קהלה קדושה. כאטש איך ווייס קלאר אז מיינע ווערטער וועט נישט טוישן זייער מיינונג, שפיר איך פאר א פליכט קודם כל צו "מוחה זיין" אנטקעגן בזיון ת"ח, און דערנאך אויסצוקלארן אפאר פאקטן.

דער אמת איז, אז די דורות פאלן אין די גאנצע וועלט, סאטמאר איז ווייט נישט וואס איז אמאל געווען, ממש נישט קיין פארגלייך, און קיין איין אנדערע קהלה. די היינטיגע יונגווארג זענען נישט וואס אונזערע עלטערן און זיידעס זענען געווען, מיט יראת שמים, עבודת ה', פרישות מעוה"ז ולוקסוס א.א.וו., און ווי שטארק זיי האבן געוויינט אויף ירידת הדורות בשעתם, וואלטן מיר זיך געוואונטשן צו האלטן דארט..

איך וועל מודה זיין אז די יונגווארג אין תולדות אהרן איז נישט אינגאנצן וואס איז געווען אמאל. מען קען עס אפילו נישט פארלאנגען. הגם די עלטערע אידן דארט זענען נאך אלץ די זעלבע, מסירות נפש אידן, די קאפ אריינגעטון אין בלויז רוחניות, תורה ותפלה, אויף א פארנעם וואס איז שווער צו טרעפן בדורינו, איך גיי נישט אויסרעכענען קיין נעמען, כאטש איך קען אויסרעכענען הונדערטער נעמען פון מפורסמים בעבודתם וקדושתם, און דרייען זיך צווישן די אונטערשטע בענק אין תולדות אהרן.

איך וויל אויך נישט אריינקריכן אין די מחלוקת. אפילו לשיטת די וואס האלטן אז תוא"י איז גערעכט און נישט תו"א (דאס הייסט: די הנהגה, די מנהלי המוסדות), מיינט נאך אלץ נישט אז תו"א איז אפגעפארן, מער נישט מוחה, זינקט אין לוקסוס, האט שמוציגע כלים ביי זיך, גייען מער נישט אין די שיטה, וכדומה.. חס מלהזכיר! אין פאקט, איז תולדות אהרן, פארהאלטניסמעסיג, נאך אלץ די שענסטע, ערליכסטע, איידלסטע קהלה אין אונזער (סאטמאר) שיטה, וואס איז פאראן אין ירושלים, און אפשר אין די גאנצע וועלט!

מיר זיצן דא אין אמעריקע על סיר הבשר אויף די באקוועמע פאטעלן אויף היידפארק, מיט אלע פראגראמען וואס איז שייך צו באקומען סיי ביחיד און סיי אין די מוסדות, און אנגעגעסן מיט אלע "פליישן למיניהם מהודרת" שפירט זיך גאנץ באקוועם צו האקן און בראקן אויף ערליכע אויסגעמאגערטע אידן, וואס זענען מיט מסירות נפש נישט נהנה קיין כי-הוא-זה פון די טמא'נע מקורות, נישט דורך די מוסדות און נישט אליינס, מען גייט צום דאקטאר אדער דענטיסט בלויז ווען עס איז שוין באמת באו מים עד נפש, מיט געלט וואס מען דארף נעבעך אויסשנארן אין חוץ לארץ, "א ארץ-ישראל'דיגע איד מיט צרכי רפואה" הערט מען אויסרופן אין די בתי מדרשים...

אידן וואס דער קאפ ליגט זיי אין העכערס, דער גאנצער מהלך המחשבה און דיבור איז אזוי פיל העכער פון אונז, און אלעס טאקע דורך די דיבורים און שיחות פונעם רבי'ן שליט"א, און אין די הייליגע ספרים אין וואס זיי זענען עוסק יומם ולילה, איך האב דארטן נאנטע באקאנטע און קרובים, סיי ווען איך רוף זיי אן, ווער איך ערשטוינט. למשל, איך האב געדארפט רעדן צו איינעם בעפאר פורים וועגן אן ענין, ער הויבט אויף דעם טעלעפאן מיט א שלו' עליכם, און וואו האלט איך ערגעץ מיט מחיית עמלק?.. און דער ספר זאגט דאס און יענער ספר עפעס אנדערש, און גיט מיר א "שיעור" מלא אמונה און חיזוק אויף אונזער שוואכן דור, אזש איך פאל ארונטער פונעם בענקל..! יא, א פשוט'ער יונגערמאן!

אויב קוקט איר אמאל אדורך די של"ס תורות פונעם רבי'ן, וואו ער מאנט און וועקט, לאזט נישט נאך, מעורר צו זיין לבם של ישרא' לאביהם שבשמים, איז לא ימלט איר זאלט נישט נתעורר ווערן. און איר וועט אביסל פארשטיין פון וואו דער עולם שעפט אזויפיל חיזוק אין ערליכקייט אינען היינטיגן דור.

אגב, איך וויל ווייטער נישט אוועקקריכן און נישט מאריך זיין, אבער אפשר זאל איך דערמאנען אויפן שפיץ גאפל, איך געדענק נאך דעם רבי'ן פון מאנסי, אין די יונגע יארן ווען כמעט קיינער האט אים נאך נישט געקענט, די אלע וואס האבן זיך אביסל געדרייט ארום אים ווייסן צו זאגן פון זיין געוואלדיגע עבודה, אפגעזונדערט פון מענטשן'ס אויגן, גאנצעטע נעכט אפגעפראוועט, אויסגעזאגט הונדערטער מאל תהלים מיט א אויסטערלישע השתפכות הנפש, אפגעלערנט בעיון רב פילע מסכתות הש"ס (מען האט דאס אונטערגעהערט אונטערן טיר), ער איז מפורסם פאר א גאון עצום בכל מכמני התורה, כאטש ער זוכט דאס נישט ארויסצופאקן בפני כל קהל עם ועדה ווי אנדערע רבי'ס טוען, ער איז אלץ אנטלאפן פון כבוד כמטחוי קשת, אפילו די היינטיגע תוא"י חסידים ווייסן דאס און האבן אזוי געזאגט אויף אים בעפאר די מחלוקת וועלכע איז מעוור עיניהם האט זיך אנגעהויבן, א איד וואס איז אויסגעטון פון גשמיות, פראוועט תעניתים און סיגופים, און נאך און נאך... איך וויל אים נישט דא מספיד זיין בחייו, זאל ער דערלעבן משיח'ן... אבער די אלע וואס רעדן אויף אים מיט אזא זלזול זאל וויסן אז מען שפילט זיך דא מיט פייער!

יא, תולדות אהרן, איז שוין נישט ווי אמאל. זיי האבן שוין לוקסוס. למשל – זיי האבן שוין עירקאנדישאן אין זייער ביהמ"ד!
 ביז די לעצטערע יארן האבן זיי נישט געהאט בלויז עטליכע פענס וועלכע האט ארומ-געבלאזן.... זיי בויען נייע מאדערניזירטע בנינים נאכן זיך צוקוועטשן אין אלטן "גרויסן" ביהמ"ד וואו עס איז נישט מעגליך געווען א נאדל אריינצושטעקן, בפרט אין חודש תשרי.

אינטערעסאנט ווי אויפאיינמאל, נאך צענדליגער יארן, איז "פלוצלינג" תערובות ביי שמחת בית השואבה געווארן א פראבלעם! די אנטי חברה, די פארביסענע, וואס זוכן נאר ארויפצושמירן שמוץ אויף די איידעלע קהלה, וואס כמעט קיין קהלה אין דער וועלט (!!) קען זיך נישט פארגלייכן צו זיי אין די ענינים, איידלקייט, קדושה וטהרה שיינט ארויס, צניעות שאין כדוגמתם, פונקט זיי באשולדיגט מען אין עניני צניעות! דבר שנצטער בו אותו צדיק, כידוע, ווי דער תו"א רבי זצ"ל האט פארפירט א גאנץ לעבן אויף די ענינים, יכשלו בו זרעו? און עם כל זה האט מען געטון לפנים משורת הדין און אריינגעלייגט גרויסע געלטער דאס צו פארמיידן, מאכט מען דאס אוועק מיט כל מיני ליצנות!

איך פארשטיי אז די פארביסענע אומפארגינערישע חברה ווילן גארנישט נאר זעהן דעם שמחת בית השואבה געענדיגט מעתה ועד עולם, און זיך קלאפן אין די בייכער אז תולדות אהרן האט נישט מער דעם כח פון אמאל; אבער ווי ערווענט פריער (גערעכט) איז שוין פארהאן א הוראה פון דעם פריערדיגן רבי'ן זצ"ל אז בכגון דא קוקט מען נישט אויף דעם הפסד וואס איז יצא בשכרו, און די אלע חברה מיט שלעכטע מדות וועלן נישט ארויסברענגען דער אויסטערלישן, הייליגן געשמאק וואס נעמט ארום יעדן באטייליגטן אין די שמחבה"ש, נאר ליבערשט שטיין אויפן גאס און ציילן די נשים און קוקן ווי צניעות'דיג זיי גייען אנגעטאן, און דערנאך מאכן א שטינק און אנשמירן תו"א אז זיי זענען אלעס גורם. איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס גענוי זיי ווילן תולדות אהרן זאל טון דערוועגן.

ס'איז באמת נישט צום באגרייפן וואס וויסטע מחלוקת קען אפטון, מען נעמט א מענטש וואס איז ממש פון די צדיקי הדור, וואס ווער עס באאבאכט זיין סדר היום און זיין עבודה ווערט מורא'דיג נתפעל, און מען זוכט פון אונטער דער ערד, ממש חופש כל חדרי בטן, א פונק פון א שמץ פון א זאך וואס קלינגט אנדערש ווי איך האב ליב, און מען צושמירט דאס אין די לענג און אין די ברייט, און מען שרייט געוואלד, זיי פארקריכן פונעם וועג! איז דען נישט די מעשה פון ל"ג בעומר א חוזק?! צענדליגער טויזענטער מענטשן קומען יעדעס יאר און זענען זיך מתענג פון די הערליכע הדלקה אין מירון וואס איז מלאים זיו ומפיקים נוגה, מ'שוועבט אין העכערע ספערן, און די זעלבע מענטשן וואס פארגינען נישט די שמחת בית השואבה קומען שרייען אז כהנים טארן פלוצים נישט גיין אין מירון, און טראץ די אלע פסקים אז דאס איז נישט אמת, כדי חושש צו זיין אויף א צד א' של איסור אנטקעגט די צ"ט שערים של היתר נעמט מען אן אוהל חוצץ, און אנשטאט רעספעקט קומען די לצים און לאכן דערפון! היש לך ליצנות גדול מזה! 

וואס איז דער חטא פון "זאלצבורג"? ער פארט יעדן יאר אויף וואקאציע, און ערשט דארטן לייגט ער אראפ אן עבודה למעלה מהשגתינו! נישט ווי אנדערע רבי'לעך וואס ווען זיי גייען וואקעישאן וויל איך אפילו נישט זאגן וואס זיי טוען...

מען קען נאך אסאך מאריך זיין. אבער ווי געזאגט איך גיי נישט דא אפשרייבן וואס איך ווייס אלץ, איך קען שרייבן הונדעטער בלעטער וואס בעיני ראיתי ובאזני שמעתי, דער מציאות איז אז די אלע מתלוצצים זענען פילייכט קיינמאל נישט אריינגעטרעטן אין דעם ביהמ"ד אין עיה"ק ירושלים, ווער עס איז נאר דארט געווען רעדט נישט אזוי, מען זעהט די איידלקייט אויף די פנימ'ער, כל רואיהם יכירון כי הם זרע ברך ה', לעבן פיל א העכערן לעבן ווי אונז אין די מגושם'דיגע פארגרעבטע אמעריקע, זיי לאזן זיך האקן און שלאגן למען כבוד שמו ית' אן קיינע חשבונות, און די בלוטיגע ארימעלייט טוען צווישן זיך צדקה וחסד וואס איז אומבאגרייפבאר, אידן וואס כמותם ירבו בישראל, שטענדיג אנטקעגן די היינטיגע פינצטערע טעכנאלאגיע, יעדעס געשעפט אין די אומגעגענט וואס ברענגט נאר אריין סיי וואס פון דעם כיעור וכדוגמתו, ווערט באוואשן מיט מחאות אדירות טראץ די סכנות'דיגע אכזריות'דיגע קלעפ, כידוע עטליכע יאר צוריק האבן די רשעים ממש אומגעברענגט איינעם פון די זקני ופארי הקהלה בלויז פארן מוחה זיין אויף א שמוציג געשעפט, נישט פאראן דארט אין די קהלה קיין קאמפיוטערס, בלויז געציילטע אונטער גאר א שטרענגן אויפזיכט, ס'איז באמת א פראכט פאר כלל ישראל צו האבן אזא קהלה, און זיי וועלן זיין די וואס וועלן גיין אנטקעגן משיח'ן באנפין נהירין, זייענדיג מסלתה ומשמנה, פון די בעסטע סמעטענע וואס כלל ישראל פארמאגט נאר.

זאל שוין השי"ת העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו משיח'ס טאג, ווען מיר וועלן זיך עין בעין איבערצייגן מי ומי ההולכים. און איך וואונטש דא פאר אלע אידן א לעכטיג יאר, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו תשובה שלימה, סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו וואס אין יוהכ"פ מכפר עד שמרצה את חברו, און מיר זאלן געהאלפן ווערן מיט כל מיני ישועות אמן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 16:14 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/8/2010 15:02 לינק ישיר 

ווען אין תשל"ז איז געוארן אויסגעקליבן מנחם בגין שר"י, אלס פרעמיער מיניסטער – ראש ממשלה, אין מדינת ישראל, איז אנשטאנען אגרויסער בלבול המוחות אין ארץ ישראל, מנחם בגין איז געוועהן 'רעכט' געשטומט – ער פלעגט זיך ניצן בשם ה' 'בעזרת השם' – 'ברוך השם', – און ביי די אזויגערופענע פרומע פארטייען, האט זיך געשפירט ממש 'אתחלתא דגאולה'.

ביז דעמלטס זענען געוועהן די פירער און מדינת ישראל, די לינקע 'מערך', די פרומע פארטייען זענען נישט געוועהן ביז דאן אין קואליציה – זיי זענען נישט געוועהן א חלק פון דעם שילטון, ווען בגין איז ארויף, איז געווארן הותרה הרצועה – ער איז איינער פון 'אונזערע', און זענען אריין געטראטן אינעם ממשלת הכופרים – מיטן פילסטען דחילו ורחימו.

דער תולדות אהרן רבי זי"ע, האט דאס זייער ווייא געטוהן, און ער האט צוזאם גערופען די תלמידים, און געגעבן זייער א שארפן שמועס אין קנאות – און די שיטה"ק פון הייליגן סאטמער רבי'ן זי"ע, צווישן דעם שמועס – האט דער תו"א רבי געזאגט: "איך האב נאך אויף מיין לעבין נישט געשאלטן א יידיש קינד – אבער יעצט וועל איך יא זאגן 'מנחם בגין ימח שמו".

מנחם בגין'ס נאכפלאגער איז געוועהן 'יצחק שמיר', דער יצחק שמיר איז געקומען אמאהל קיין בני ברק א באזוך, צווישן די אנדערע איז ער געקומען באזוכען איינע פון די גרויסע חסידישע מוסדות אין שטאט.

דער גאנצער עולם פון יענעם חסידישן מוסד, זענען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן בית המדרש פונעם חסידות, קליינע תינוקת של בית רבן, בחורים, אינגעלייט – קליין און גרויס – האלט איו יונג, זענען געשטאנען אויסגעשורה'ט אויף די פארענטשעס.

דער רבי פון יענעם חסידות – האט אריין שפאצירט אינעם געפאקטן ביהמ"ד, אנגעכאפט האנט ביי האנט, מיט'ן ראש ממשלת הכופרים יצחק שמיר, און דער גאנצער עולם האט אויסגפלאצט אין א געזאנג: 'שאו שערים ראשיכם...'

עס איז דעמלטס אנשטאנען א געוואלדיגער מהומה, פון דעם שרעקליכן חילול ה' – ומקדש מעט, וואס דער האקט האט גורם געוועהן, אזא חינוף – והתחברות לרשעים, איז נאך ביז דאן נישט געהערט געווארן אין ארץ ישראל.

דעם תו"א רבי'ן זי"ע - האט זייער שטארק ווייא געטוהן די זאך, ער האט דעמלטס אויך געפירט זייער א שארפן שמועס בפני קהל ועדה, און זייער מגנה געוועהן - און מוחה געוועהן, אנטקעגן דעם התחברות לרשעים.

דרך אגב, באלד נאך דעם – ממש אוואך ארום, האט איינער פון דעם תו"א רבינס קינדער חתונה געמאכט א קינד, אין תו"א ביהמ"ד, און האט געלאדנט דעם אויבענדערמאנטן בני ברק'ער רבי'ן – אויף די חתונה, די נאנטע מענטשן פונעם תו"א רבינ'ס זוהן האבן זיך געבעטן ביי אים, ער זאל ח"ו נישט זיך וואגן צו לאדענען דעם רבי'ן פון ב"ב, דער תו"א רבי'נס זוהן האט פארשטאנען אנדערש – און יא געלאדנט דעם ב"ב רבי'ן.

עס איז געוועהן זייער זייער אומאנגענעם, ווער עס האט דעמלטס מיט געהאלטן די שמחה, ווען דער ב"ב רבי איז אריינגעקומען ביי די שמחה, און געוואלט ווינטשן מזל טוב פארן זיידן – דעם תו"א רבי'ן זי"ע, האט דער תו"א רבי כמעט וויא נישט זיך וויסנדיג געמאכט פונעם ב"ב רבי'ן, מען האט דעמלטס פאר געאלטן דעם תו"א רבי'נס זוהן, הייתכן ער האט זיך ערלויבט אזוי צו טוהן, פון איין זייט אזוי מצער זיין זיין טאטע'ן, און פון דו צווייטע זייט אזוי מבייש זיין דעם ב"ב רבי'ן, האט ער גענפערט – וואס זאל איך טוהן – איך פארשטיי אנדערש – איך בין א בנן של קדושים, און דער טאטע נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2010 16:37 לינק ישיר 
תולדות אהרן איז שוין אריבער אסאך ביטער'רעס

מיסטער קאמפוט, א.ד.ג.

איך פארשטיי דיר, און איך פארשטיי נאך אזעלכע שונאים וויא דיר, די אויגן קען ארויס גיין, מען דארף זיין אגרויסער מעביר על מידותיו, דאס אריבער צו טראגן, לכאורה וואלט איך אויך געשומפט אזוי וויא דיר.

דו מיסטער קאמפוט זיי ממשיך צו שרייען 'פן ירבה'

אין דער מציאות שרייט 'כן ירבה'

די שיינע פאטשקעווילן קענען מיר שוין 60 יאהר.

מיר זענען אריבער פרעה'ן - מיר וועלן אריבער גיין אויך דיר, און דיין גלייכען

כל מה שאירע ליעקב - אירע ליוסף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2010 16:05 לינק ישיר 

און דא איז פון די לעצטע וואך




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/8/2010 16:03 לינק ישיר 

פייו עמרם טייטלנעט לחוד ור דוד קאהן לחוד
מיין שונאס שונא איז נישט מיין פריינד

א קאץ אין קאפ האסטו???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/8/2010 16:02 לינק ישיר 
דא האט איר נאך





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/8/2010 10:27 לינק ישיר 

איך האב שוין אנגערירט אויבן דעם נקודה, איך זעה אבער אז עס זענען דא אזעלכע וואס – וואס איך שרייב דא, איז לצנינים בעיניהם, וועל איך דאס נאכאמאהל אנמערקן.

תולדות אהרן אלס די גרעסטע און הערליכסטע קהילה, איז שטענדיג געוועהן א ציל ברעט פון די אזויגערופענע 'קנאים', משך די יאהרן זענען ארויס געקומען קעגען תו"א בכלל, אין דעם תו"א רבי'ן זי"ע בפרט, הונדערטער הונדערטער פאטשקעווילן, מיט סיפורי מעשיות שלא היו – דער כלל פון פאטשקעוויל מאכער איז שטענדיג געוועהן, "זאל ער ענפערן אז ער האט נישט קיין שוועסטער".

די שמוציגע פאטשקעווילן וואס ווערט געבענג מפעם לפעם דא אינעם פארום, איז כאין וכאפס, וואס עס איז ארויס בשעתו קעגן דעם עמוד העבודה והיראה – דער הייליגער תו"א רבי זי"ע.

היינטיגע פאטשקעווילן וואס די געמיינע נארישע יונגלעך געבן ארויס, איז סתם נאריש – אהן קיין זאפטיגקייט, א יעדער יונגעל וואס האט א קיבארד מיט פרינטער, שיסט דאס ארויס – און די נארישע אלפא בית'ניקעס, רייבען זיך די הענט פון הנאה, אבער דער אינהאלט פון פאטשקעווילן, ווייזט אונז ווער די מחברים זענען – און פון וואסארא  IQ-  intelligence quotient זיי זענען געקנאטן, אזוי אז מען שרייבט אביסל היסטארי וועגן תו"א, קומט דא א נאריש יונגעל, און שיסט אריין א נארישען פאטשקעוויל דא, (איך האף נאר אז די מנהלים פארשטייען דעם באדייט), און מיט דעם האט ער אפגעפרעגט די היסטארי פון תו"א.

מה שאירע ליעקב – אירע ליוסף



תוקן על ידי גערעכט ב- 30/08/2010 10:30:38




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2010 10:19 לינק ישיר 

הולך_לבגץ כתב:

איך וועל ממשיך זיין די מעשה
......................................................................................................................................................................................................................
דער המשך איז איבעריג, איך לאז דאס פאר גערעכט


אין דער המשך איז אז:

תו"א האט געשיקט צוויי דעפוטאטן צום שטאטראט, און 'יום עצמאות' לייגט מען צוויי גרויסע ציוניסטישע פענער 'דגלים', איאהר ארום זענען שוין אלע תו"א מוסדות ארונטערגעווארפן געווארן אינטער דעם משרד החינוך, תו"א נעמט געלט אויף רעכטס אין לינקס, פון אלע פעדעראלע און לאקאלע ציוניסטישע קאסעס, דער תו"א רבי האט געשיקט צוויי מנינים כולל אינגעלייט, זיך צו שטעלן ביי די ארמיי 'צהל', נעכטן נאכט איז געוועהן א אסיפה ביי קהל אין תו"א, מען האט מחליט געוועהן אז גלייך נאך סוכות, וועט תו"א פארקויפן די בנינים אין מא"ש, און גייען זיך אריבער ציהען קיין תל אביב.

באגאצניק, אזעלכע שונאים וויא דיר טאקע (אפשר אביסל קלוגער און פיפיגער) האט שוין תו"א פארמאגט אין די צענדליגער - משך די יאהרן, וויא זענען זיי? און וויא איז תולדות אהרן.

הקנאה התאווה והכבוד.......




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2010 05:57 לינק ישיר 

ביטע אויסמעקן די שמוציגע פאשקעווילן, מעשי ידי עמרם טייטלבוים.

מ'האמיר ב"ה גענוג אייגענע שמוץ.

(איך פארשטיי די הנאה ווען מר. שישא באקומט צוריק זיינס... אבער עס גייט שוין ווייטער פון אים, והזהרו בדבריכם)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2010 04:39 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/8/2010 04:30 לינק ישיר 
ועל חטא




תוקן על ידי קומפוט ב- 30/08/2010 04:34:42




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/8/2010 00:23 לינק ישיר 


איך וועל ממשיך זיין די מעשה

שפעטער האבן די גבאים געמאכט דעם עולם פארגעסן די מעשה, און זיי האבן אנגעהויבן שרייען אז דער עלטסטער זון איז א ציוני א וויזניצער (נישט נאר די זאליס ניצן דעם אויסדרוק), און עשה עצמו כאילו לא ידע את המעשה הנ"ל.

און ווי שוין פריער געברענגקט דורך דמשק איז געווען א יום תיפלה, און איינער פון די גאר חשובע רעדנערס האבן געשריגן אז דער שייגץ איז א ציוני, דער שרייער האט געהייסן משה שטערן.

איז אריבער 6 יאר און דער קנאי פון תולדות הארון האט געדארפט בויען א נייע בית המדרש, נו דאס קאסט געלט, האט ער גענומען פון די קופת חולים, (מעדיקעט בלע"ז) געלט פאר א גאנצע שטאק, דא האבן זיך די קנאים געכאפט ווי זיי זענען אריין געפאלן, אוי א בראך, איז דער ר' משה שטערן וואס האט געמיינט אמתדיג, איז ארויף אויפן בימה פון תולדות אהרן שול און געריסן קריעה און געשריגן רבינו סר מן הדרך.

דער המשך איז איבעריג, איך לאז דאס פאר גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2010 14:37 לינק ישיר 
ביטוח לאומי - Social Security

דער תולדות אהרן רבי זי"ע איז געוועהן א אויסגעשפראכענער קעגנער פון נעמען 'ביטוח לאומי' (סאשעל סעקיוריטי) – ער פלעגט שטענדיג רעדן קעגען נעמען געלט פון ביטוח לאומי, ער פלעגט שטארק ארום רעדן וועגן "כח הפועל בנפעל', אז מען זאל שטארק אכטונג געבן, אז עס זאל זיך ח"ו נישט צוזאם מישן כשר'ע געלט – מיט נישט ריינע געלט – וואס קומט פון די ציונים.

דער תו"א רבי – פלעגט געבן יעדן חודש פאר זיינע קינדער, א ספעציעלע סכום געלט, וואס עס זאל דעקן אשטאט די ביטוח לאומי.

איינער פון תו"א רבי'נס קינדער, האט נישט געקענט עומד זיין בנסיון, אין האט געעפנט א באנק אקאונט אין 'באר שבע' –  אויף זיין רעבעצינס נאמען (די סאשעל סעקיוריטי געלט אין א"י גייט אויף די ווייבס נאמען) וואס דארט פלעגט אים אריין גיין מדי חודש בחודשו די ביטוח לאומי געלט.

ווען דער תו"א רבי האט זיך וועגן דעם דערוואוסט, האט אים דאס זייער וויי געטוהן, און זייער זייער מוכיח געוועהן דעם זוהן – וועגן דעם, דער תו"א רבי האט אים געזאגט, וויא קען איך פאדערן פון מיינע תלמידים נישט צונעמען קיין טריפה'ענע געלטער, ווען ביי מיר און שטוב – קען אזאנס פאסירן.

דער זוהן האט קודם פראבירט צו לייקענען, ווען דער תו"א רבי האט אים געוויזן די דאקאמענטן, וואס ווייזן אז עס ליידער יא ריכטיג, און ער נעמט יא די טריפה'נע געלטער, האט זיך דער זוהן פראבירט צו פארענפערן, 1, אז דאס איז נישט ער - נאר זיין רעבעצין, 2, אז רוב גדולי ישראל האלט אז מען מעג יא נעמען די ביטוח לאומי געלט.

וויא פארשטענדליך האט דער תו"א רבי נישט געוואלט אנעמען די תירוצים, און פון דענסמאהל אין ווייטער, האט ער אים אויפגעערט צו געבן די ספעציעלע שטיצע.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/8/2010 17:19 לינק ישיר 

ביבער כתב:
ווי האט נאר געזאגט דער אומפארגעסליכער ראש הקהל?
" אז מ'לייגצעך שלאפן מיט קעץ שטייט מען אויף צוגראדזשעט"
ואידך פירושא זיל גמור
זיי יעצט ממשיך מיט  אביסל היסטאריע


גערעכט טייערער קענסט שרייבן וויפיל היסטאריע די ווילסט ס'וועט אייך קיין סאך העלפן ווי לאנג עטץ זענטץ אידענטיפיצירט מיט די קעץ וועט עטץ ליידן סאיז ענקער אויסוואהל - ענקערע פיהרער'ס זענען בדרך לא דרך אפיליאירט מיט די גענגסטערס סיקריקים - צו זאל עס הייסן גאדינגער לעפקאוויטש וכו' וכו' אלע שטייען זיי אין שטיצע פון די מאפיא קאמפאני אלע געהערן זיי אהין און עטץ בהמות טאנץט זיי נאך היינט האבן זיי ניטאמאל דאס געלט פון אמאל אבער די איינפלוס האבן זיי נאך די זעלבע דער באנדיט גבריאל שישא שטייט מיט בלינדערהייט מיט די זאליס ער האט ביטערליך פיינט די ארונים און די בלינדע שנאה מיטן זיך צאמפארן מיט די באנדיטן פירט ענק אין באד אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תולדות אהרן - אביסל היסטוריה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext