בית פורומים כל העולם כולו

תולדות אהרן - אביסל היסטוריה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/8/2010 16:02 לינק ישיר 
דא האט איר נאך





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/8/2010 16:03 לינק ישיר 

פייו עמרם טייטלנעט לחוד ור דוד קאהן לחוד
מיין שונאס שונא איז נישט מיין פריינד

א קאץ אין קאפ האסטו???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/8/2010 16:05 לינק ישיר 

און דא איז פון די לעצטע וואך




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/8/2010 16:37 לינק ישיר 
תולדות אהרן איז שוין אריבער אסאך ביטער'רעס

מיסטער קאמפוט, א.ד.ג.

איך פארשטיי דיר, און איך פארשטיי נאך אזעלכע שונאים וויא דיר, די אויגן קען ארויס גיין, מען דארף זיין אגרויסער מעביר על מידותיו, דאס אריבער צו טראגן, לכאורה וואלט איך אויך געשומפט אזוי וויא דיר.

דו מיסטער קאמפוט זיי ממשיך צו שרייען 'פן ירבה'

אין דער מציאות שרייט 'כן ירבה'

די שיינע פאטשקעווילן קענען מיר שוין 60 יאהר.

מיר זענען אריבער פרעה'ן - מיר וועלן אריבער גיין אויך דיר, און דיין גלייכען

כל מה שאירע ליעקב - אירע ליוסף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2010 15:02 לינק ישיר 

ווען אין תשל"ז איז געוארן אויסגעקליבן מנחם בגין שר"י, אלס פרעמיער מיניסטער – ראש ממשלה, אין מדינת ישראל, איז אנשטאנען אגרויסער בלבול המוחות אין ארץ ישראל, מנחם בגין איז געוועהן 'רעכט' געשטומט – ער פלעגט זיך ניצן בשם ה' 'בעזרת השם' – 'ברוך השם', – און ביי די אזויגערופענע פרומע פארטייען, האט זיך געשפירט ממש 'אתחלתא דגאולה'.

ביז דעמלטס זענען געוועהן די פירער און מדינת ישראל, די לינקע 'מערך', די פרומע פארטייען זענען נישט געוועהן ביז דאן אין קואליציה – זיי זענען נישט געוועהן א חלק פון דעם שילטון, ווען בגין איז ארויף, איז געווארן הותרה הרצועה – ער איז איינער פון 'אונזערע', און זענען אריין געטראטן אינעם ממשלת הכופרים – מיטן פילסטען דחילו ורחימו.

דער תולדות אהרן רבי זי"ע, האט דאס זייער ווייא געטוהן, און ער האט צוזאם גערופען די תלמידים, און געגעבן זייער א שארפן שמועס אין קנאות – און די שיטה"ק פון הייליגן סאטמער רבי'ן זי"ע, צווישן דעם שמועס – האט דער תו"א רבי געזאגט: "איך האב נאך אויף מיין לעבין נישט געשאלטן א יידיש קינד – אבער יעצט וועל איך יא זאגן 'מנחם בגין ימח שמו".

מנחם בגין'ס נאכפלאגער איז געוועהן 'יצחק שמיר', דער יצחק שמיר איז געקומען אמאהל קיין בני ברק א באזוך, צווישן די אנדערע איז ער געקומען באזוכען איינע פון די גרויסע חסידישע מוסדות אין שטאט.

דער גאנצער עולם פון יענעם חסידישן מוסד, זענען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן בית המדרש פונעם חסידות, קליינע תינוקת של בית רבן, בחורים, אינגעלייט – קליין און גרויס – האלט איו יונג, זענען געשטאנען אויסגעשורה'ט אויף די פארענטשעס.

דער רבי פון יענעם חסידות – האט אריין שפאצירט אינעם געפאקטן ביהמ"ד, אנגעכאפט האנט ביי האנט, מיט'ן ראש ממשלת הכופרים יצחק שמיר, און דער גאנצער עולם האט אויסגפלאצט אין א געזאנג: 'שאו שערים ראשיכם...'

עס איז דעמלטס אנשטאנען א געוואלדיגער מהומה, פון דעם שרעקליכן חילול ה' – ומקדש מעט, וואס דער האקט האט גורם געוועהן, אזא חינוף – והתחברות לרשעים, איז נאך ביז דאן נישט געהערט געווארן אין ארץ ישראל.

דעם תו"א רבי'ן זי"ע - האט זייער שטארק ווייא געטוהן די זאך, ער האט דעמלטס אויך געפירט זייער א שארפן שמועס בפני קהל ועדה, און זייער מגנה געוועהן - און מוחה געוועהן, אנטקעגן דעם התחברות לרשעים.

דרך אגב, באלד נאך דעם – ממש אוואך ארום, האט איינער פון דעם תו"א רבינס קינדער חתונה געמאכט א קינד, אין תו"א ביהמ"ד, און האט געלאדנט דעם אויבענדערמאנטן בני ברק'ער רבי'ן – אויף די חתונה, די נאנטע מענטשן פונעם תו"א רבינ'ס זוהן האבן זיך געבעטן ביי אים, ער זאל ח"ו נישט זיך וואגן צו לאדענען דעם רבי'ן פון ב"ב, דער תו"א רבי'נס זוהן האט פארשטאנען אנדערש – און יא געלאדנט דעם ב"ב רבי'ן.

עס איז געוועהן זייער זייער אומאנגענעם, ווער עס האט דעמלטס מיט געהאלטן די שמחה, ווען דער ב"ב רבי איז אריינגעקומען ביי די שמחה, און געוואלט ווינטשן מזל טוב פארן זיידן – דעם תו"א רבי'ן זי"ע, האט דער תו"א רבי כמעט וויא נישט זיך וויסנדיג געמאכט פונעם ב"ב רבי'ן, מען האט דעמלטס פאר געאלטן דעם תו"א רבי'נס זוהן, הייתכן ער האט זיך ערלויבט אזוי צו טוהן, פון איין זייט אזוי מצער זיין זיין טאטע'ן, און פון דו צווייטע זייט אזוי מבייש זיין דעם ב"ב רבי'ן, האט ער גענפערט – וואס זאל איך טוהן – איך פארשטיי אנדערש – איך בין א בנן של קדושים, און דער טאטע נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2010 16:14 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-6/9/2010 01:10 לינק ישיר 

ס'איז באמת אומגלויבליך ווי אזוי מענטשן שרייבן אנטקעגן א קהלה קדושה. כאטש איך ווייס קלאר אז מיינע ווערטער וועט נישט טוישן זייער מיינונג, שפיר איך פאר א פליכט קודם כל צו "מוחה זיין" אנטקעגן בזיון ת"ח, און דערנאך אויסצוקלארן אפאר פאקטן.

דער אמת איז, אז די דורות פאלן אין די גאנצע וועלט, סאטמאר איז ווייט נישט וואס איז אמאל געווען, ממש נישט קיין פארגלייך, און קיין איין אנדערע קהלה. די היינטיגע יונגווארג זענען נישט וואס אונזערע עלטערן און זיידעס זענען געווען, מיט יראת שמים, עבודת ה', פרישות מעוה"ז ולוקסוס א.א.וו., און ווי שטארק זיי האבן געוויינט אויף ירידת הדורות בשעתם, וואלטן מיר זיך געוואונטשן צו האלטן דארט..

איך וועל מודה זיין אז די יונגווארג אין תולדות אהרן איז נישט אינגאנצן וואס איז געווען אמאל. מען קען עס אפילו נישט פארלאנגען. הגם די עלטערע אידן דארט זענען נאך אלץ די זעלבע, מסירות נפש אידן, די קאפ אריינגעטון אין בלויז רוחניות, תורה ותפלה, אויף א פארנעם וואס איז שווער צו טרעפן בדורינו, איך גיי נישט אויסרעכענען קיין נעמען, כאטש איך קען אויסרעכענען הונדערטער נעמען פון מפורסמים בעבודתם וקדושתם, און דרייען זיך צווישן די אונטערשטע בענק אין תולדות אהרן.

איך וויל אויך נישט אריינקריכן אין די מחלוקת. אפילו לשיטת די וואס האלטן אז תוא"י איז גערעכט און נישט תו"א (דאס הייסט: די הנהגה, די מנהלי המוסדות), מיינט נאך אלץ נישט אז תו"א איז אפגעפארן, מער נישט מוחה, זינקט אין לוקסוס, האט שמוציגע כלים ביי זיך, גייען מער נישט אין די שיטה, וכדומה.. חס מלהזכיר! אין פאקט, איז תולדות אהרן, פארהאלטניסמעסיג, נאך אלץ די שענסטע, ערליכסטע, איידלסטע קהלה אין אונזער (סאטמאר) שיטה, וואס איז פאראן אין ירושלים, און אפשר אין די גאנצע וועלט!

מיר זיצן דא אין אמעריקע על סיר הבשר אויף די באקוועמע פאטעלן אויף היידפארק, מיט אלע פראגראמען וואס איז שייך צו באקומען סיי ביחיד און סיי אין די מוסדות, און אנגעגעסן מיט אלע "פליישן למיניהם מהודרת" שפירט זיך גאנץ באקוועם צו האקן און בראקן אויף ערליכע אויסגעמאגערטע אידן, וואס זענען מיט מסירות נפש נישט נהנה קיין כי-הוא-זה פון די טמא'נע מקורות, נישט דורך די מוסדות און נישט אליינס, מען גייט צום דאקטאר אדער דענטיסט בלויז ווען עס איז שוין באמת באו מים עד נפש, מיט געלט וואס מען דארף נעבעך אויסשנארן אין חוץ לארץ, "א ארץ-ישראל'דיגע איד מיט צרכי רפואה" הערט מען אויסרופן אין די בתי מדרשים...

אידן וואס דער קאפ ליגט זיי אין העכערס, דער גאנצער מהלך המחשבה און דיבור איז אזוי פיל העכער פון אונז, און אלעס טאקע דורך די דיבורים און שיחות פונעם רבי'ן שליט"א, און אין די הייליגע ספרים אין וואס זיי זענען עוסק יומם ולילה, איך האב דארטן נאנטע באקאנטע און קרובים, סיי ווען איך רוף זיי אן, ווער איך ערשטוינט. למשל, איך האב געדארפט רעדן צו איינעם בעפאר פורים וועגן אן ענין, ער הויבט אויף דעם טעלעפאן מיט א שלו' עליכם, און וואו האלט איך ערגעץ מיט מחיית עמלק?.. און דער ספר זאגט דאס און יענער ספר עפעס אנדערש, און גיט מיר א "שיעור" מלא אמונה און חיזוק אויף אונזער שוואכן דור, אזש איך פאל ארונטער פונעם בענקל..! יא, א פשוט'ער יונגערמאן!

אויב קוקט איר אמאל אדורך די של"ס תורות פונעם רבי'ן, וואו ער מאנט און וועקט, לאזט נישט נאך, מעורר צו זיין לבם של ישרא' לאביהם שבשמים, איז לא ימלט איר זאלט נישט נתעורר ווערן. און איר וועט אביסל פארשטיין פון וואו דער עולם שעפט אזויפיל חיזוק אין ערליכקייט אינען היינטיגן דור.

אגב, איך וויל ווייטער נישט אוועקקריכן און נישט מאריך זיין, אבער אפשר זאל איך דערמאנען אויפן שפיץ גאפל, איך געדענק נאך דעם רבי'ן פון מאנסי, אין די יונגע יארן ווען כמעט קיינער האט אים נאך נישט געקענט, די אלע וואס האבן זיך אביסל געדרייט ארום אים ווייסן צו זאגן פון זיין געוואלדיגע עבודה, אפגעזונדערט פון מענטשן'ס אויגן, גאנצעטע נעכט אפגעפראוועט, אויסגעזאגט הונדערטער מאל תהלים מיט א אויסטערלישע השתפכות הנפש, אפגעלערנט בעיון רב פילע מסכתות הש"ס (מען האט דאס אונטערגעהערט אונטערן טיר), ער איז מפורסם פאר א גאון עצום בכל מכמני התורה, כאטש ער זוכט דאס נישט ארויסצופאקן בפני כל קהל עם ועדה ווי אנדערע רבי'ס טוען, ער איז אלץ אנטלאפן פון כבוד כמטחוי קשת, אפילו די היינטיגע תוא"י חסידים ווייסן דאס און האבן אזוי געזאגט אויף אים בעפאר די מחלוקת וועלכע איז מעוור עיניהם האט זיך אנגעהויבן, א איד וואס איז אויסגעטון פון גשמיות, פראוועט תעניתים און סיגופים, און נאך און נאך... איך וויל אים נישט דא מספיד זיין בחייו, זאל ער דערלעבן משיח'ן... אבער די אלע וואס רעדן אויף אים מיט אזא זלזול זאל וויסן אז מען שפילט זיך דא מיט פייער!

יא, תולדות אהרן, איז שוין נישט ווי אמאל. זיי האבן שוין לוקסוס. למשל – זיי האבן שוין עירקאנדישאן אין זייער ביהמ"ד!
 ביז די לעצטערע יארן האבן זיי נישט געהאט בלויז עטליכע פענס וועלכע האט ארומ-געבלאזן.... זיי בויען נייע מאדערניזירטע בנינים נאכן זיך צוקוועטשן אין אלטן "גרויסן" ביהמ"ד וואו עס איז נישט מעגליך געווען א נאדל אריינצושטעקן, בפרט אין חודש תשרי.

אינטערעסאנט ווי אויפאיינמאל, נאך צענדליגער יארן, איז "פלוצלינג" תערובות ביי שמחת בית השואבה געווארן א פראבלעם! די אנטי חברה, די פארביסענע, וואס זוכן נאר ארויפצושמירן שמוץ אויף די איידעלע קהלה, וואס כמעט קיין קהלה אין דער וועלט (!!) קען זיך נישט פארגלייכן צו זיי אין די ענינים, איידלקייט, קדושה וטהרה שיינט ארויס, צניעות שאין כדוגמתם, פונקט זיי באשולדיגט מען אין עניני צניעות! דבר שנצטער בו אותו צדיק, כידוע, ווי דער תו"א רבי זצ"ל האט פארפירט א גאנץ לעבן אויף די ענינים, יכשלו בו זרעו? און עם כל זה האט מען געטון לפנים משורת הדין און אריינגעלייגט גרויסע געלטער דאס צו פארמיידן, מאכט מען דאס אוועק מיט כל מיני ליצנות!

איך פארשטיי אז די פארביסענע אומפארגינערישע חברה ווילן גארנישט נאר זעהן דעם שמחת בית השואבה געענדיגט מעתה ועד עולם, און זיך קלאפן אין די בייכער אז תולדות אהרן האט נישט מער דעם כח פון אמאל; אבער ווי ערווענט פריער (גערעכט) איז שוין פארהאן א הוראה פון דעם פריערדיגן רבי'ן זצ"ל אז בכגון דא קוקט מען נישט אויף דעם הפסד וואס איז יצא בשכרו, און די אלע חברה מיט שלעכטע מדות וועלן נישט ארויסברענגען דער אויסטערלישן, הייליגן געשמאק וואס נעמט ארום יעדן באטייליגטן אין די שמחבה"ש, נאר ליבערשט שטיין אויפן גאס און ציילן די נשים און קוקן ווי צניעות'דיג זיי גייען אנגעטאן, און דערנאך מאכן א שטינק און אנשמירן תו"א אז זיי זענען אלעס גורם. איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס גענוי זיי ווילן תולדות אהרן זאל טון דערוועגן.

ס'איז באמת נישט צום באגרייפן וואס וויסטע מחלוקת קען אפטון, מען נעמט א מענטש וואס איז ממש פון די צדיקי הדור, וואס ווער עס באאבאכט זיין סדר היום און זיין עבודה ווערט מורא'דיג נתפעל, און מען זוכט פון אונטער דער ערד, ממש חופש כל חדרי בטן, א פונק פון א שמץ פון א זאך וואס קלינגט אנדערש ווי איך האב ליב, און מען צושמירט דאס אין די לענג און אין די ברייט, און מען שרייט געוואלד, זיי פארקריכן פונעם וועג! איז דען נישט די מעשה פון ל"ג בעומר א חוזק?! צענדליגער טויזענטער מענטשן קומען יעדעס יאר און זענען זיך מתענג פון די הערליכע הדלקה אין מירון וואס איז מלאים זיו ומפיקים נוגה, מ'שוועבט אין העכערע ספערן, און די זעלבע מענטשן וואס פארגינען נישט די שמחת בית השואבה קומען שרייען אז כהנים טארן פלוצים נישט גיין אין מירון, און טראץ די אלע פסקים אז דאס איז נישט אמת, כדי חושש צו זיין אויף א צד א' של איסור אנטקעגט די צ"ט שערים של היתר נעמט מען אן אוהל חוצץ, און אנשטאט רעספעקט קומען די לצים און לאכן דערפון! היש לך ליצנות גדול מזה! 

וואס איז דער חטא פון "זאלצבורג"? ער פארט יעדן יאר אויף וואקאציע, און ערשט דארטן לייגט ער אראפ אן עבודה למעלה מהשגתינו! נישט ווי אנדערע רבי'לעך וואס ווען זיי גייען וואקעישאן וויל איך אפילו נישט זאגן וואס זיי טוען...

מען קען נאך אסאך מאריך זיין. אבער ווי געזאגט איך גיי נישט דא אפשרייבן וואס איך ווייס אלץ, איך קען שרייבן הונדעטער בלעטער וואס בעיני ראיתי ובאזני שמעתי, דער מציאות איז אז די אלע מתלוצצים זענען פילייכט קיינמאל נישט אריינגעטרעטן אין דעם ביהמ"ד אין עיה"ק ירושלים, ווער עס איז נאר דארט געווען רעדט נישט אזוי, מען זעהט די איידלקייט אויף די פנימ'ער, כל רואיהם יכירון כי הם זרע ברך ה', לעבן פיל א העכערן לעבן ווי אונז אין די מגושם'דיגע פארגרעבטע אמעריקע, זיי לאזן זיך האקן און שלאגן למען כבוד שמו ית' אן קיינע חשבונות, און די בלוטיגע ארימעלייט טוען צווישן זיך צדקה וחסד וואס איז אומבאגרייפבאר, אידן וואס כמותם ירבו בישראל, שטענדיג אנטקעגן די היינטיגע פינצטערע טעכנאלאגיע, יעדעס געשעפט אין די אומגעגענט וואס ברענגט נאר אריין סיי וואס פון דעם כיעור וכדוגמתו, ווערט באוואשן מיט מחאות אדירות טראץ די סכנות'דיגע אכזריות'דיגע קלעפ, כידוע עטליכע יאר צוריק האבן די רשעים ממש אומגעברענגט איינעם פון די זקני ופארי הקהלה בלויז פארן מוחה זיין אויף א שמוציג געשעפט, נישט פאראן דארט אין די קהלה קיין קאמפיוטערס, בלויז געציילטע אונטער גאר א שטרענגן אויפזיכט, ס'איז באמת א פראכט פאר כלל ישראל צו האבן אזא קהלה, און זיי וועלן זיין די וואס וועלן גיין אנטקעגן משיח'ן באנפין נהירין, זייענדיג מסלתה ומשמנה, פון די בעסטע סמעטענע וואס כלל ישראל פארמאגט נאר.

זאל שוין השי"ת העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו משיח'ס טאג, ווען מיר וועלן זיך עין בעין איבערצייגן מי ומי ההולכים. און איך וואונטש דא פאר אלע אידן א לעכטיג יאר, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו תשובה שלימה, סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו וואס אין יוהכ"פ מכפר עד שמרצה את חברו, און מיר זאלן געהאלפן ווערן מיט כל מיני ישועות אמן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תולדות אהרן - אביסל היסטוריה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.