בית פורומים אידישע געדאנק

תולדות אהרן - אביסל היסטוריה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/8/2010 18:43 לינק ישיר 
תולדות אהרן - אביסל היסטוריה


ו
וער איז דאס דער ר' 'אהרן'?

(איך שרייב נישט דעם אשכול בכדי אריין צו גיין און וויכוחים וועגן תו"א - תוא"י, נישט דאס איז דער נושא – עוד חזון למועד, - דער נושא דא איז אזוי וויא איר וועט ליינען – ביטע נישט אריין ברענגען זאכן וואס איז נישט מן העניין)

הרה"ק ר' אהרן ראטה זצוק"ל, בעל מחבר ספר 'שומר אמונים' – 'שולחן הטהור' און נאך, דער בעל שומר אמונים האט מייסד געוועהן זיין חבורה לכתחילה אין די שטאט 'סאטמאר', וועגן געוויסע סיבות האט ער זיך אריבער געצויגן קיין 'בערגסאז'.

דער בעל שומר אמונים האט געהאט גרויסע תלמידים – רבנים, אדמורים, ראשי ישיבות א.ד.ג. וואס רובו דרובו זענען ליידער פארברענט געווארן ביי די דייטשע גאזקאמערן, דא איז נישט דער פלאץ זיי אויס צו רעכענען.

איינער פון זיינע גרויסע תלמידים נאך פון שטאט סאטמאר – איז געוועהן הרה"ק ר' אברהם יצחק קאהן זצוק"ל – מבחירי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל, וואס האט אים אויסגעקליבן אלס איידים – פאר בתו היחידה.

אין יאהר תרפ"ח האט דער בעל שומרי אמונים אויפגעשטעלט זיין חבורה אין ארה"ק, אפאהר יאהר ארום איז ער צוריק געפארן קיין אונגערין – בערגסאז.

ווען די מלחמה האט אויסגעפלאצט אין אונגערין, האט זיך דער בעל שומרי אמונים גאשאפט די נויטיגע פאפירן, און געפארן צוריק קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין משפחה, זיין איידעם – טאכטער, און זיין בן יחיד ר' אברהם חיים ראטה שליט"א – היינטיגער שומרי אמונים רבי.

דער בעל שומרי אמונים איז געוועהן אגרויסער בעל יסורים", ו' ניסן תש"ז האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה – ער איז אלט געוועהן אינגאנצן 52 יאהר.

דער בעל שומרי אמונים האט געלאזט צוואה, אז דער ציבור זאל בוחר דעם ממלא מקום, און וויא פארשטענדליך האט דער ציבור בוחר געוועהן אין דעם איידעם – ר' א.י. קאהן זצ"ל, כאטש דער בעל שומר אמונים האט איבער געלאזט אין איינצלען בן יחיד – האט דער ציבור בוחר געוועהן אין דעם איידעם – און נישט און דעם זוהן.

די גאנצע 'חבורת שומר אמונים' האט געציילט ביי די 60 מענטשן כולל בחורים.

אשטיק צייט ארום, האט זיך דער זוהן ר' אברהם חיים אויך דערמאנט אין די רעביסטעווע, און האט אנגעויבן צו פארפירן – הלמאי, ער איז דער יורש יחיד, אבער דער עוילם האט זיך נישט קיין סאך צוויסען געמאכט.

דער בית המדרש איז געוועהן זייער אקליין שטח, עס האט נישט געקענט האלטן מער וויא 4-5 מנינים, האט מען געדארפט זוכען א גרעסערן פלאץ, האט מען דעמלטס געטראפן א גוטן פלאץ אויף רחוב 'עונג שבת' אין מאה שערים (היינצוטאג דער ביהמ"ד הגדול פון תולדות אברהם יצחק), למעשה האט מען איבער געלאזט דעם האלטן ביהמ"ד פארן זוהן ר' אברהם חיים, דער תו"א האט געגרינדענט דעם ישיבה "תולדות אהרן" – עס האט למעשה געהייסן אזוי 'ישיבת תולדות אהרן – שע"י חבורת שומר אמונים'.

דער תו"א רבי האט זיך כמעט אלע זיינע יאהרן צוזאם געליטן, פון כל מיני עלעמענטן, אין נישט אינטערעסאנט אריין צו גיין אין יעדן פרט ופרט.

מיט די צייט איז תו"א געווארן די גרעסטע היימישע קהילה בארץ הקודש, און איז פארשטענדליך געגאנגען מיט די שיטה"ק פון רביה"ק מסאטמער – ע"פ הנהגתו פון בחיר תלמידיו רביה"ק מתו"א זצוק"ל, תולדות אהרן איז געווארן דער ריקען ביין פון די העדה החרדית, תולדות איז געווארן די הולכים בראש המחנה – ביי אלע מערכות וואס די העדה החרדית האט אונטער גענומען, אין תולדות אהרן איז געוועהן – אין איז נאך עד היום הזה די איינציגע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל – וויא רובו דרובו פונעם עולם נעמען נישט  קיין 'ביטוח לאומי' =Social Security.

עס איז גאר פארשטענדליך, אז פאר די אויגן פון די ארומיגע אין ארץ הקודש, דאס - אז פאר זייערע אויגן שפארצט דא ארויס א אימפעריע – ממש ה 'יש מאין' – עס האט קיינמאהל פאר תולדות אהרן נישט געפעלט קיין אומפארגינערס – סיי ביי די היימישע – און סיי בי די ווייניגער היימישע.

וויא הויבן דערמאנט, איז תולדות אהרן געוועהן די הולכים בראש המחנה ביי די אלע מערכות פון די העדה החרדית – להוציא די מערכות וואס עס פלעגן פירען כל שני וחמישי – די אזוי גערופענע מחוצפים די 'נטורי קרתא' היינטיגע 'סיקריקים', וואס האבן שטענדיג געמאכט שבת פאר זיך – אהן קיין שום דעת תורה – און אהן צו זיין אונטערגעוארפן צו קיין שום בי"ד – רב – דיין – אדער רבי.

זיי האבן זיך ביי קיין שום מערכה פון די העדה החרדית נישט משתתף געוועהן, זיי זענען ארויס אנטקעגען דעם הייליגן סאטמאר רב (דבר"י – ויא"מ) – ווען אין תשכ"ז האבן זיי אויס גערופען אויף אים 'רבינו סר מהדרך' עפ"ל.

זיי האבן געפירט א ביטערן קאמף קעגן דעם סאטמער רב זצ"ל – ווען ער האט געהייסן ברענגען דעם גאון בעל 'מנחת יצחק' אלס ראש בית דין פאר די העדה החרדית.

קיינמאהל זיך נישט משתתף געוועהן ביי קיין שום מערכות וואס די העדה"ח האט געפירט.

ביי קיין שום קבלת פנים וואס מען האט געמאכט פאר רביה"ק ה'ברך משה' זצ"ל, נישט גענומען קיין באטיילונג.

און צוויי ווערטער – ווייט פון סאטמאר – ווייט פון די העדה החרדית – ווייט פון אלע מערכות למען קודשי ישראל.

וואס האבן זיי יא געאהט – א פעידער מיט פאפיר – שטענדיג געדרוקט די ארגסטע פאטשקעווילן, קעגן דעם סאטמער רב (דבר"י – ויא"מ), קעגן דעם ברך משה, קעגן דעם מנחת יצחק, קעגן דעם בית דין פון די העדה החרדית, וויא אויך קעגן דעם הייליגן תו"א רבי'ן זי"ע

תולדות אהרן בהנהגות דעם תו"א רבי'ן זצ"ל – זענען אויך געוועהן בראש ההולכים קעגן האט די מחוצפים, אהן קיין פחד און מורא, נישט איינמאהל – און מער וויא צווי מאהל, האט דער תו"א רבי זי"ע, ארויס געשליידערט חסידים פון זיין קהילה – ווייל זיי האבן זיך משתתף געוועהן מיט די אויבנדערמאנטע מחוצפים – דו 'נטורי קרתא' – וויא פארשטענדליך פלעגן זיי אים שטענדיג באשמוצן, אויף רעכטס און לינקס, אז ער איז ווייט פון קנאות – איו נויגט צו לינקס – א.ד.ג. – אבער וויא דו היסטארי לערנט אונז – ווייסן מיר אלע, וויא שטארק קנאי – דער הייליגער תו"א רבי איז געוועהן.

דער תו"א רבי זי"ע, האט געלערנט זיינע תלמידים וחסידים, אז מען דארף זיך מתבדל זיין במציאות – און נישט מהשפה ולחוץ פון די ציונים, דער תו"א רבי האט געזאגט אז זיינע אמתע חסידים גייען נישט צום 'כותל המערבי' – דער תולדות אהרן רבי – האט שטענדיג מיט געהאלטן די מערכות פון די העדה החרדית.

מיט דעם וואס דער תו"א רבי זי"ע – איז מפעם לפעם געגאנגען אויף א פארטש ווייט אקעגן איבער דעם כותל המערבי – איז ער נישט געווארן לינק געשטומט – דער תו"א רבי זי"ע – האט שוין געזאגט גלייך נאך די ששת הימים מלחמה - נאך בעפאר ער האט געהערט פון דעם הייליגן סאטמער רב זי"ע, אז לכאורה וועלן היימישע הערליכע יודען נישט קענען גיין צום כותל המערבי.

מיט דעם וואס דער תו"א רבי האט ארויס געווארפן פון זיין קהילה שטיינער ווארפער אויף די ציוניסטישע פאליס – איז ער נאך נישט געווארן לינק – ווייל צו ווארפן א שטיין 'יש בו כדי להמית', פלעגט ער זאגן.

מיט דעם וואס דער תו"א רבי זי"ע האט נישט געלאזט טשעפענען דעם רב פון די ציוניסטישע ארמיי 'דער רב הראשי לצהל' – דער טרויער ברומטער רב גורן – ווען ער פלעגט מפעם לפעם אריינשפאנצירן און תו"א ביהמ"ד – איז ער נישט געווארן לינק – ער האט זיך אויף געפירט וויא א נארמאלער מענטש (דאס איז געוועהן פאר די פרשה פון התרת ממזרים).

מיט דעם וואס דער תולדות אהרן רבי, האט נישט געלאזט זיינע בחורים - אינגעלייט מיט האלטן די צולאזטע הפגנות פון די מיסטוואפערס – שטיינערוואפערס – און גארבידזטש צונדערס, איז ער נישט לינק געשטומט.

כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף

המשך יבוא




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2010 15:05 לינק ישיר 

ווען אין תשל"ז איז געוארן אויסגעקליבן מנחם בגין שר"י, אלס פרעמיער מיניסטער – ראש ממשלה, אין מדינת ישראל, איז אנשטאנען אגרויסער בלבול המוחות אין ארץ ישראל, מנחם בגין איז געוועהן 'רעכט' געשטומט – ער פלעגט זיך ניצן בשם ה' 'בעזרת השם' – 'ברוך השם', – און ביי די אזויגערופענע פרומע פארטייען, האט זיך געשפירט ממש 'אתחלתא דגאולה'.

ביז דעמלטס זענען געוועהן די פירער און מדינת ישראל, די לינקע 'מערך', די פרומע פארטייען זענען נישט געוועהן ביז דאן אין קואליציה – זיי זענען נישט געוועהן א חלק פון דעם שילטון, ווען בגין איז ארויף, איז געווארן הותרה הרצועה – ער איז איינער פון 'אונזערע', און זענען אריין געטראטן אינעם ממשלת הכופרים – מיטן פילסטען דחילו ורחימו.

דער תולדות אהרן רבי זי"ע, האט דאס זייער ווייא געטוהן, און ער האט צוזאם גערופען די תלמידים, און געגעבן זייער א שארפן שמועס אין קנאות – און די שיטה"ק פון הייליגן סאטמער רבי'ן זי"ע, צווישן דעם שמועס – האט דער תו"א רבי געזאגט: "איך האב נאך אויף מיין לעבין נישט געשאלטן א יידיש קינד – אבער יעצט וועל איך יא זאגן 'מנחם בגין ימח שמו".

מנחם בגין'ס נאכפלאגער איז געוועהן 'יצחק שמיר', דער יצחק שמיר איז געקומען אמאהל קיין בני ברק א באזוך, צווישן די אנדערע איז ער געקומען באזוכען איינע פון די גרויסע חסידישע מוסדות אין שטאט.

דער גאנצער עולם פון יענעם חסידישן מוסד, זענען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן בית המדרש פונעם חסידות, קליינע תינוקת של בית רבן, בחורים, אינגעלייט – קליין און גרויס – האלט איו יונג, זענען געשטאנען אויסגעשורה'ט אויף די פארענטשעס.

דער רבי פון יענעם חסידות – האט אריין שפאצירט אינעם געפאקטן ביהמ"ד, אנגעכאפט האנט ביי האנט, מיט'ן ראש ממשלת הכופרים יצחק שמיר, און דער גאנצער עולם האט אויסגפלאצט אין א געזאנג: 'שאו שערים ראשיכם...'

עס איז דעמלטס אנשטאנען א געוואלדיגער מהומה, פון דעם שרעקליכן חילול ה' – ומקדש מעט, וואס דער האקט האט גורם געוועהן, אזא חינוף – והתחברות לרשעים, איז נאך ביז דאן נישט געהערט געווארן אין ארץ ישראל.

דעם תו"א רבי'ן זי"ע - האט זייער שטארק ווייא געטוהן די זאך, ער האט דעמלטס אויך געפירט זייער א שארפן שמועס בפני קהל ועדה, און זייער מגנה געוועהן - און מוחה געוועהן, אנטקעגן דעם התחברות לרשעים.

דרך אגב, באלד נאך דעם – ממש אוואך ארום, האט איינער פון דעם תו"א רבינס קינדער חתונה געמאכט א קינד, אין תו"א ביהמ"ד, און האט געלאדנט דעם אויבענדערמאנטן בני ברק'ער רבי'ן – אויף די חתונה, די נאנטע מענטשן פונעם תו"א רבינ'ס זוהן האבן זיך געבעטן ביי אים, ער זאל ח"ו נישט זיך וואגן צו לאדענען דעם רבי'ן פון ב"ב, דער תו"א רבי'נס זוהן האט פארשטאנען אנדערש – און יא געלאדנט דעם ב"ב רבי'ן.

עס איז געוועהן זייער זייער אומאנגענעם, ווער עס האט דעמלטס מיט געהאלטן די שמחה, ווען דער ב"ב רבי איז אריינגעקומען ביי די שמחה, און געוואלט ווינטשן מזל טוב פארן זיידן – דעם תו"א רבי'ן זי"ע, האט דער תו"א רבי כמעט וויא נישט זיך וויסנדיג געמאכט פונעם ב"ב רבי'ן, מען האט דעמלטס פאר געאלטן דעם תו"א רבי'נס זוהן, הייתכן ער האט זיך ערלויבט אזוי צו טוהן, פון איין זייט אזוי מצער זיין זיין טאטע'ן, און פון דו צווייטע זייט אזוי מבייש זיין דעם ב"ב רבי'ן, האט ער גענפערט – וואס זאל איך טוהן – איך פארשטיי אנדערש – איך בין א בנן של קדושים, און דער טאטע נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2010 14:40 לינק ישיר 
ביטוח לאומי - Social Security

דער תולדות אהרן רבי זי"ע איז געוועהן א אויסגעשפראכענער קעגנער פון נעמען 'ביטוח לאומי' (סאשעל סעקיוריטי) – ער פלעגט שטענדיג רעדן קעגען נעמען געלט פון ביטוח לאומי, ער פלעגט שטארק ארום רעדן וועגן "כח הפועל בנפעל', אז מען זאל שטארק אכטונג געבן, אז עס זאל זיך ח"ו נישט צוזאם מישן כשר'ע געלט – מיט נישט ריינע געלט – וואס קומט פון די ציונים.

דער תו"א רבי – פלעגט געבן יעדן חודש פאר זיינע קינדער, א ספעציעלע סכום געלט, וואס עס זאל דעקן אשטאט די ביטוח לאומי.

איינער פון תו"א רבי'נס קינדער, האט נישט געקענט עומד זיין בנסיון, אין האט געעפנט א באנק אקאונט אין 'באר שבע' –  אויף זיין רעבעצינס נאמען (די סאשעל סעקיוריטי געלט אין א"י גייט אויף די ווייבס נאמען) וואס דארט פלעגט אים אריין גיין מדי חודש בחודשו די ביטוח לאומי געלט.

ווען דער תו"א רבי האט זיך וועגן דעם דערוואוסט, האט אים דאס זייער וויי געטוהן, און זייער זייער מוכיח געוועהן דעם זוהן – וועגן דעם, דער תו"א רבי האט אים געזאגט, וויא קען איך פאדערן פון מיינע תלמידים נישט צונעמען קיין טריפה'ענע געלטער, ווען ביי מיר און שטוב – קען אזאנס פאסירן.

דער זוהן האט קודם פראבירט צו לייקענען, ווען דער תו"א רבי האט אים געוויזן די דאקאמענטן, וואס ווייזן אז עס ליידער יא ריכטיג, און ער נעמט יא די טריפה'נע געלטער, האט זיך דער זוהן פראבירט צו פארענפערן, 1, אז דאס איז נישט ער - נאר זיין רעבעצין, 2, אז רוב גדולי ישראל האלט אז מען מעג יא נעמען די ביטוח לאומי געלט.

וויא פארשטענדליך האט דער תו"א רבי נישט געוואלט אנעמען די תירוצים, און פון דענסמאהל אין ווייטער, האט ער אים אויפגעערט צו געבן די ספעציעלע שטיצע.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2010 17:42 לינק ישיר 

דער תו"א רבי זי"ע, האט זייער פארפירט קעגן די הולטייען – אין פארוויילאכטסער בכלל, - און אין חול המועד בפרט, ער פלעגט אסאך ארום רעדן פון קדושת המועד, און אז דער יום טוב איז נישט געמאכט געווארן אויף ארום צו פארן, נאר עס דער עיקר פאר לערנען – עבודת ה' – שמחת יו"ט – און חינוך הבית.

וויא עס גאר באקאנט, איז אין תולדות אהרן איין געפירט שוין צענדליגער יאהרן, א יעדע נאכט חול המועד סוכות, א זכר לשמחת בית השואבה, - עס האט זיך למעשה אנגהויבן אויף א קליינעם פארנעם, ווען די גאס האט געשמעקט דעם פרייליכקייט – און ווארעמקייט – און די אמת'ע שמחה וואס עס גייט דארט פאר, איז דאס מיט די צייט געווארן, איינע פון די גרעסטע צוזאמענקום, פון היימישע אידן – אין עיה"ק ירושלים – אין די ימי חג הסוכות.

אין ארץ ישראל בכלל, און אין ירושלים בפרט, זענען דא משך די חול המועד טעג, הונדערטער הונדערטער 'שמחות בית השואבה' – כמעט א יעדער איז מפרסם אוואו מען קען נאר אויף די 'מי שלא ראה...." ביי אים אין ביהמ"ד – קהילה – ישיבה. – תו"א האט דאס קיינמאהל נישט געטוהן, די שמחת בית השואבה אין תו"א איז כמעט ביי יעדן א 'מוז' – אזוי וויא מען פארט ל"ג בעומר קיין מירון, אזוי קומט מען קיין תו"א די סוכות נעכט.

מיט א פינעף און צוואנציג יאהר צוריק, זענען אריין צום תו"א רבי'ן זי"ע, א דעלעגאציע, פון חשובע העלטערע אידן פון תולדות אהרן, און מציע געוועהן פארן תו"א רבי'ן, צו מבטל זיין די שמחת בית השואבה אין תו"א, זיי האבן געטענה'ט, אז עס ברענגט אויף די גאס זייער אסאך באזוכער, און עס קען ח"ו ברענגען תערובות דער תו"א רבי זי"ע האט זיי געענפערט, אויב עס ברענגט ח"ו תערובות, דארף מען דאס מסדר זיין, און גלייך אריין גערופען די עסקנים, און האט זיי באפוילן צו נעמען די זאך אין די הענט – אז די אלע גאסן ארום דעם ביהמ"ד, זאל זיין הקפדה יתירה אויף דעם ענין.

דער רבי האט זיי ממשיך געועהן צו זאגן אויף א עכערן טאן: מיר לאזן נישט די תלמידים, גיין אויף כל מיני פלעצער, מיר געבן אויף זיי אכטונג, אז אלעס זאל ביי זיי זיין ממש על טהרת הקודש, און וויא וועלן די בחורים – אינגעלייט גיין ביי די נעכט, וויא קענט איר זיך ערלויבן צו טראכטן בכלל פון מבטל זיין אזא הייליגע זאך – וואס ברענגט א התעוררות – און א חיות דקדושה.

די אידן האבן נישט נאכגעלאזט, און ממשיך געוועהן צו טענה'ען, אז די שמחת בית השואבה ברענגט אין ביהמ"ד תו"א, כל מיני העלעמענטן – וואס זענען זייער ווייט פון אונז, און קענען האבן א שלעכטן ווירקונג אויף די יונגווארג, און די אידן האבן מציע געוועהן, אז לכל הפחות זאל מען צו מאכן די טירן פאר די גאס, או מען זאל פראווען די שמחה פאר זיך אליין – אהן די גאנצע וועלט, האט דער תו"א רבי זיי גענפערט, אז ער וויסט פון אסאך אירע וואס האבן ביי די שמחת בית השואבה געהאט גרויסע התעוררות, און מען קען נישט און מען טאר נישט, צונעמען אזא הייליגע זאך – וויא כלל ישראל קומט זיך משתתף זיין.

כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף

המשך יבוא...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 17:21 לינק ישיר 

דער תולדות אהרן רבי זי"ע, האט פון די אנדער זייט, געפירט אויך א שווערע מערכה בשעתו - קעגן דעם וועד השחיטה פון די העדה החרדית.

ווען עס איז אים נתברר געווארן אז ביי די שחיטת בקר, גייט נישט אלעס וויא עס באדארף צו זיין, האט ער געלאזט הערן פאר די העדה החרדית אז ער וועט אסר'ן פאר זיינע תלמידים און חסידים, צו העסין בשר בקר, ווען דער וועד השחיטה האט זיך מתעלם געוועהן פון דעם, האט ער טאקע אויס גערופן ביי זיינע תלמידים, נישט צו העסן די פלייש.

וויא פארשטענדליך – איז געווארן א גרויסע רעש אין ירושליימער גאס בכלל, און אין תו"א בפרט, דער וועד השחיטה האט זיך געמוזט בייגן צום תו"א רבין, און דער תו"א רבי האט אין יענערצייט אריין געשטעלט בחיר תלמידיו הרה"ג ר מאיר בראנסדורפער זצ"ל – אלס דער רב פון וועד השחיטה.

עס איז אינטרסאנט, אז דער היינטיגער תו"א רבי שליט"א, האט אויך פארפירט אז די אלע שוחטים ובודקים פון די שחיטה פון די העדה החרדית, זאלן מוזן אלס איבער גיין – און איבער לערנען די הלכות שחיטה א.ד.ג. – און על פי יוזמתו, האט דער וועד השחיטה פון די העדה החרדית אויפגעשטעלט א כולל, פאר די אלע עוסקים במלאכת הקודש

כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף

 

המשך יבוא...



תוקן על ידי גערעכט ב- 25/08/2010 17:39:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2010 16:03 לינק ישיר 
המשך...


דער תו"א רבי זי"ע – איז געוועהו זייער א גרויסער קנאי פון איין זייט, אבער אויך זייער א פראקטישער מנהיג, עס זענען פארגעקומען מפעם לפעם, געוויסע שאלות און פראבלעמען – וואס פלעגט האבן אבארירונג מיט השקפה.

תנובה

עס איז אינזיינערצייט געווען א קליין מילכיג קאמפאני מיטן נאמען 'רענן', די קאמפאני האט געאהט דעם מהודר'דיגן הכשר פון די העדה החרדית, די קאמפאני האט זיך אין א שיינעם טאג צוגעמאכט, און די היימישע אידן, האבן אינמיטן העלן טאג נישט געהאט קיין גלאז מילעך צוטרינקען.

תנובה איז בשעתו פאר כמעט 40 יאהר צוריק, געוועהן זייער אגרויסע קאמפאני, וואס די בעלי בתים פון דעם זענען געוועהן די לינקע קיבוצים – מחללי שבתות אוכלי טריפות ונבילות, די קאמפאני איז אין זיינערצייט געוועהן כמעט די איינציגסטע קאמפאני וואס האט פראדאצירט און פארקויפט מיליכיגע פראדוקטן.

וויא אויבן דערמאנט - איז געועהן דעמלטס א מצב, אז די היימישע אידן אין ארץ ישראל האבן נישט געהאט קיין טראפ מילעך פאר די קינדער – ווער רעדט נאך פון קעז – פוטער – א.ד.ג., יא מען פלעגט ברענגען מפעם לפעם מילעך דיירעקט פון פארעם, אבער איז געוועהן פארבינדען מיט זייער גרויסע שוועריקייטן, רובו דרובו פונעם ציבור האבן נישט געקענט עומד זיין אין דעם נסיון, ווען די פיצלעך מיט רעכט - שרייען פאר אטראפלע מילעך

(דער תו"א רבי פאר זיך – ביי אים אינדערהיים האט עד סוף ימיו, מקפיד געוועהן צו העסין און טרינקען ממש נאר אייגענס – וואס מען האט געמאכט ביי אים שטוב, די זעלבע מילעך / מיליכיגס – פלעגט ער ניצן נאר וואס מען האט געברענגט פונעם פארעם משעת חליבה, עס איז אינטערסאנט צו שטרייכן, אז ווען אימער מען האט אמאהל געזוכט – אפלאץ וויא דער תו"א רבי זאל גיין אויף וואקציע – איז איינע פון די פירסט פריאריטן געוועהן – עס זאל זיין אפארם בהישג יד – (אויב איך האב נישט קיין טעות, פיהרט זיך אויך אזוי דער תוא"י רבי).

ווען דער פראבלעם פון די מילעך, איז געווארן שטארקער און שטארקער, ווען מען האט זיך שוין נישט געקענט פארהוילן – פונעם געשריי פון די עלטערן וואס קענען נישט ברענגען פאר די פיצלעך די טראפל מילך און מויל, אסאך היימישע אידן בכלל אין ארץ ישראל – האבן אנגהויבן צו ניצען פשוט'ע לאקאלע מילעך – נישט קיין מהדרין מילעך – מילעך וואס האט געהאט אסאך חששות.

דער תו"א רבי האט זיך געוואנדן צום וועד הכשרות פון די העדה החרדית, וואס טוט מען דא – עס קען אזא זאך נישט פארקומען, - עס איז א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בו.

דער פראבלעם איז געוועהן, ווייל פון איין זייט איז נישט געוועהן קיין אנדערע קאמפאני חוץ פון 'תנובה' – וואס זאל קענען בייקומען דעם פארלאנג פון כשרות – וויא אויך די נויטיגע קוואנטאומס, פון די אנדער זייט שטייט דא אקאמפאני וואס געהרט פאר מחללי שבתות אוכלי טו"נ.

דער בי"ד פון די העדה החרדית האט זיך צוזמען געזעצט – עס איז געווהען נישט קיין שטילע זיצונג, דער בית דין האט אוועקגעשטעלט זייער שווערע תנאים פאר די תנובה קאמפאני, און ווען די קאמפאני האט אנגענומען די אלע תנאים, האט דער בית דין מחליט געוועהן זיי געבן א הכשר אבער נאר - פאר די 'ירושלימ'ער' תנובה פאבריק.

גלייך האבן זיך די אזויגערופענע 'קנאים' – 'נטורי קרתא' – גענומען צו די באקאנטע ארבעט זייערע, די מחוצפים האבן גענומען שרייבן פאטשקעווילן – קעגן די העדה החרדית בכלל – און קעגן דעם תו"א רבי'ן בפרט, מיט זייער געמיינע זלזול און חוצפה.

עס וועט זיין אינטערסאנט אונטער צושטרייכן, אז די געמיינע מחוצפים, האבן נישט געהאט מסירות נפש צו גיין און פארעם און ברענגען פאר זיך מילעך (חוץ פון אפאהר יחידים ממש), נאר זיי האבן 'מהדר' געוועהן צו קויפן מיליכיגס פון די 'טרה' קאמפאני וואס האט געטראגן דעם הכשר פון 'ועד הרבנים דאגודת ישראל'.

דער הייליגער תו"א רבי זי"ע - גייט ווידער לינקס – עפ"ל.

כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > תולדות אהרן - אביסל היסטוריה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext