בית פורומים כל העולם כולו

די מאסא המאלכעס אין לאנדאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/8/2010 18:45 לינק ישיר 
די מאסא המאלכעס אין לאנדאן

ווער עס קען ברענגען אפדעיט'ס און בילדער ביטע.

ח"ו ניט קיין "לייוו הוקאפ" ווייל דאס איז דא ביי מהר"א כסדר ביי יעדע דרשה, סאו "טעלעפאנישער פארבינדונג"...





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 20:52 לינק ישיר 

דא האט מען אויך מקפיד געווען אז די נורסערי קינדער מיט האר זאלען ציגעבן פאר די פיקטשער אנצופילן די 300 בענקלך

 

kids 9

 

2
kids 10


3

kids 16


קרעיט: זאלי'ס וועבסייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/8/2010 20:48 לינק ישיר 

נאך א בילד ווי ער ''רעגט'' זיך אויף די קעמרע

http://satmarnews.wordpress.com/2010/08/27/pictures-with-rabeiny-shlita-in-london-part-6/kids-5/

kids 5

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 22:32 לינק ישיר 


נאך די גרויסע מעמד חומה בצורה האט זיך דער רבי שליט''א שטארק באדאנקט פאר אלע עסקנים בפרטיות בעיקר פאר די עסקנים פין אינזער וועבזייטל satmarnewes, אין די עקסקנים פין satmarhq, אין אלע אנדערע וואס האבען גענומען בילדער פונעם קידוש ש''ש, ספעציעל די עסקנים וואס געבן זיך אפ מין צישפרייטן די בילדער
די עסקנים האבען דערציילט פארן רבי'ן אז עס איז זיי געלונגן צו כאפען עטליכע הינדערט גיטע בילדער אין מען וועט זיך נאך היינט נאכט צאמזעצן אין זעהן אז יעדער זאל עס גיט דעקן, ספעציעל די כל העולם כולו האט פארשפראכען אז טראץ וואס זיי האבען שוין אויסגעשטעלט זייער פראנט פעיזש וועלן וועלן זיי לייגען אינזערע בילדער אויף א גיטע פלאץ אז די רבי וועט זיין ציפרידן, ווייל די פראנט פעיזש קען מען שוין נישט טוישן סייוווי איז דארט שוין דא בילדער פין רבי'ן.
די רבי שליט''א האט שטארק הנאה געהאט מען האט געזעהן די בחינה פין ותחי נפש צדיק, די רבי האט זיך צווישען אנדערע אויסגעדרוקט אז נאכדעם וואס זיין ידיד נפש פשעווארסקער רבי האט אים אזוי מאדנע אויסגעשפילט אין אים איבערגעלאזט ביי די קלימאקס פין די נסיעה אין נישט געוואלט אפי' קומען פאר 5 מיניט צו נעמען א פיקטשער מיט אים אויבן אן, איז אים דאס א שטיקל נחמה אז פין אזוויפיל בילדער וועט זיכער זיין אפאר גיטע בילדער
ווי אויך די רבי שליט''א זייער גערימט די מהלך וויאזוי מען האט אויסגשטעלט די זאל אין האט זייער ווארעם אנגעווינטשן די עסקנים צילייגענדיג אז רב קאפעלמאן וועט נאך חרטה האבען אויף די טשעק וואס ער האט דערלייגט


תוקן על ידי איידעלקייט ב- 25/08/2010 22:33:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 20:33 לינק ישיר 

די אלע דורפעלער פין די פראפאגאנדע נסיעה לייגט זיי אין צווייפל
אין זיי זענען פארנומען צו ברענגן ראי' פין זייערע שרייבער אין בחרדי אז די נסיעה איז נישט געווען אזא דורךפאל...





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 19:48 לינק ישיר 

די אמעראצעס פון דעם שטריק מאכט לאכן דאס אייראפעאישע אידענטהום, וועלכע האבן נאך אזא גראביאן און ליידאק נישט געזעהן.

דער לאקאלער האט געמאכט שיינע וויזיטן ביי רבנים, און ווי עס מאכט זיך ליידער, פאסירט אז טייל תלמידי חכמים הייבן אן שמועסן אין לערנען און דא האט זיך אנטוויקעלט "נאר"האפטיגע קאמעדיע שפילן, וואס דורי דורות אייראפעישע אידן וועלן נאכדערציילן מיט וואונדער.

1) ביים וויזיט צום גאב"ד לאנדאן, הרב פאדאווא, וועלכער איז באוואוסט אלס א בקי נפלא בש"ס ופוסקים און גדול בתורה און האט ליב צו "טאפן דעם דפק" ביי רבנישע וויזיטן... גאב"ד לאנדאן הייבט אן מיט א גמרא, רז"ל שאקלט צו... יא, ער איז מסכים וואס די גמרא זאגט... אינמיטן ברענגט הרב פאדווא אויף א קשיא, און דער חכם שאקלט צו, יא, איך בין מסכים ס'איז טאקע שווער... הרב פאדווא ברענגט א רבי עקיבא איגר און אונזער חכם איז ווידער מסכים... אבער הרב פאדווא ציט ווייטער דעם שמועס ווי צולעהאכעס גלייכט ער יעצט צו רעדן צו זיך...

דער נועם המידות הייבט אן בלאשן און וואונקען, ער נעמט ארויס דעם זייגערל און קוקט און איז מרמז דעם מחוצף ער זאל אים באפרייען... אבער הרב פאדווא כאפט עפעס נישט דעם ווינק, און דרייט מיטן פלפול ביז דאס געדולד פונעם לאקאלן האט געפלאצט און זאגט, מיר זענען דא געקומען  מאכן געלט... און דא מאכט מען בזיונות...


2) ביים וויזיט ביי הרב דונער, וועלכער איז אן אויסגערופנער תלמיד חכם, האט הרב דונער אויפגעברענגט א שאלה אין מקוואות און ער ווארט צי הערן וואס דער פורים רבי זאגט...
שטילקייט...
ער בייסט די ליפן און ווידער שטיל.
ביסט דער ליידאק געט א זאג, דער רבי זי"ע האט זיך נישט אזוי געפירט...

דער רבי זי"ע איז דארט אריינקומען אין די שאלה, וויפיל רז"ל האט עס פארשטאנען...

דערוויילט לאכט מען דארט א גוטס און אונז ליידן מיר אז זיי מאכן נישט קיין "שלחן מלכים"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 02:08 לינק ישיר 

הגה"צ אב"ד בעלזא לונדון שליט"א 99 האט קיינמאל נישט מחרים געווען די מסיבה אין בעלזא מכנובקא שטיצט אין וועט ווייטער שטיצען צד האדמו"ר מסאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביז ווילאנג דער בלאט די צייטונג וואס די ארונים וועלן אויפהערן נעמען א שטעלונג אין די בעלזא מחלוקה . עס איז געווען באהאנגען אלע בעלזא בתי מדרשים אין לונדון מחזק צו זיין די בית רחל אין הרה"ח ר' אלי' ענגלענדער ראה"ק האט זיך זייער ווארעם אנגערופען . נב. לויט די בילדער האט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א געהאט אין לונדון לפחות 5 מאל אזויפיל מענטשען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2010 01:12 לינק ישיר 
ער פארכאפט ענגלאנד !

ווען ווערט שוין ענגלאנד פארכאפט ???

2 יאר צוריק האט דער לאקאלער פארכאפט גאנץ אנטווערפען.
דעמאלט איז ער געקומען מיט העליקאפטערס און מיט א ריזיגע ארמיי.

און די צייטונגען האבן פראקלאמירט אז ער האט "כובש געווען גאנץ אנטווערפען (וואס יאסעלע 90 האט זיי געגעבן, שטייצעך).

יעצט איז ער געפלויגן אייננעמען לאנדאן, און מ'קוקט שוין ארויס אז די איזראעליש צייטונגען זאלן אויספאלגן די באפעלן פון יאסעלע90 דאסמאל אויך, און אים אהינגעגעבן גאנץ בריטאניע אויף א גאלדענע טאץ אן איין שאס (!)








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 01:08 לינק ישיר 
אינטערסאנטע נאטיצן פון די 'היסטארישע מסע'

באקומען אין אישי:


אינטערסאנטע נאטיצן פון די 'היסטארישע מסע' (אוודאי, אויב רירט מען זיך קוים ארויס פון די וויליאמסבורגער ד' אמות, אודאי איז דאס היסטאריש)

- ביים מעמד קבלת פנים האט דער וועלטס גאון מחדש געווען א נייע פסוק אין תהלים "נברכה לפני ה' אלוקינו" (אנשטאט עושינו) די ארטיגע עולם איז אונטערגעשפרינגען פאר שמחה פון דעם נייעם חידוש.

- לויט ווי איינער וועלכע האט זיך געדרייט אין שטוב דארט גיבט איבער, האט דער שטריק געכאפט נעכטן א דריי שעה'דיגן שלאף פון 11 ביז 2 נאכמיטאג ברציפות להחיות נפש צדיק

- נעכטן ביים אפיציעלן זמן קבלת קהל האט א ריזן עולם פון קרוב צו 5 מענטשן און נאך 6 בחורים געווארט אין די רייע אריינצוגיין, מרדכי דוד האט ב"ה געקענט ממשיך זיין די זיסע שלאף אהן וואס קיינער זאל איהם שטערן.

- בנוגע די פארשפראכענע אנדעהאלבן מיליאן יורא, לויט ווי עס זעהט אויס וועט מען זיין היבש צופרידן אויב עס וועט געלונגען צו שאפן כאטש א דריטל דערפון, דערווייל האלט עס בערך ביי א 3-400 טויזענט. (די בערגערס 180, בעריש ווייס ובניו 50, מרת גראס 90, עליש 50, עסטרייכערס 10 - גרויס איז געווען די בושה ווען מען האט געפענט דעם טשעק און מען האט געזעהן בלויז 10000 דאלער, ר' זלמן האט פרובירט צו מאכן א וויץ אז דאס איז נאר די איינגאבע אבער לא הועיל כלום, זיי האבן נישט געהאלטן ביים געבן מער, כאטש אז מען האט זיי אראפגעברענגט ר' לייבוש און ר' זלמן) - יחזקאל שרייבער 36'  נאך  75 פון די אינגעלייט און בע"ב און 40 ביים מסיבת נגידים. צוזאמען איז דאס 531 טויזענט דאללער = 420 טויזענט יורא.

- נאך פאמפען אויף א צורה שלא היתה כמוהו און צוזאם גערופן די גאנצע שטאט, קול קורא'ס פון אלע שטאטישע רבנים, אראפברענגן אלע רבנים פון אנטווערפן, איז אבער זייער עצרת שטארק דורך געפאלן סיי בכמות און סיי באיכות. די זאליס האבן דאס געמאכט פאר א שטאטישע מסיבה און גערופן דעם גאנצן לאנדאנע עולם אנטייל צו נעמען און ראטעווען דעם אנטווערפענער מוסד מיטן תירוץ אז עס דינט אלס מוסד פארן גאנצן שטאטישע עולם ווי רוב לאנדאנע האבן קרובים, דאס האט זיך שטארק אנגעזעהן ביים עצרת ווען איבער האלב דערפון זענען געווען סתם עמך אידן וועלכע האבן זיך גערישט אויף אן אינטערסאנטע רייכע מסיבה אבער זענען שנעל אוועקגעגאנגען נאך וואס עס איז געווען בלויז בענקלעך און דרשות. הארט איידער רזל איז אריינגעקומען האט מען שנעל ארויסגענומען 8 רייעס בענקלעך עס זאל נישט אויסזעהן אזוי שיטער (גיבט א גיטן בליק אויפן בילד וואס דרייט זיך ארום בשעת די עולם שטייט ווען ער קומט אריין און קוקט וואס טוט זיך אונטער די שטייער' ס און זעהט ווי ליידיג עס איז דאן געווען), שפעטער האט זיך דאס אביסל אנגעהויבן אנצפילן מיט די שטאטישע עולם אבער דאס האט אנגעהאלטן בלויז 10 מינוט (בערך 10 אזייגער) אזוי האט דאס אנגעהאלטן די גאנצע צייט ווען די שטאטישע עולם קומט און גייט כסדר. פארשטייט זיך אליינס אז צום געלט טישל איז קיינער נישט צוגעגאנגען די פאר אידן וואס זענען געזעצן דארט האבן געהאט אזויפיל ארבעט ווי זייערע קוויטל שרייבערס.
לכתחילה האבן זיי טאקע געפלאנט צו מאכן א דינער און א זאהל אבער ווי נאר די מעסעזש איז געקומען פון ר' לייבוש אז ער בלייבט נישט, איז דאס געקענסלט געווארן וויסענדיג איז קיינער וועט זיך נישט ארויסשלעפן מחוץ לעיר בלויז פאר ר' זלמן.


בדרך אגב, ווי נאר ר' זלמן האט זיך באגעגענט מיט בעריש בערגער, איז די ערשטע פראגע געווען צו מען האט אנגעגרייט גענוג האומלענד סעקיורעטי העליקאפטער'ס, עס איז נישט צום באשרייבן די רוגזה און אנגעבלאזנקייט וואס האט זיך דאן באוויזן אויפן צורת הצדיק...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2010 01:05 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:



פארוואס איז ער נישט געווען אין די תלמוד תורה, מען האט געדארפט טראגן די קינדער אין א טענט?

ער איז דאך בעל הבית?

]


אז די 300 קינדער פין די ת''ת האבען אנגעפילט אלע בענקלעך קענט איר זיך שוין פארשטעלן וויפיל בענקלך דארט זענען געווען
(שוין נאכען לייגן די אויבן אן אין די ברייט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 00:21 לינק ישיר 

די געדרענג אינעם ריזיגען ביהמ''ד ביים קבלת פנים
פאר די וואס ווייסען ווי גרויס די קעיזנאוו שול איז כאפט א שמייכל ווען מען רעדט פין די אלפים ביים קבלת פנים


kabules punim page 12




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2010 00:16 לינק ישיר 

אקעי

אלעס פארענטפערט

רז"ל האט א קפידא צו שרייען אין באבוב

קוק דא די עדות פון אונזער אלטער באקאנטער נפל בשם זיין שוואגער

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2817941&forum_id=21016

 

און די באזוך איז אין באבוב

קוק דא

http://satmarnews.wordpress.com/2010/08/24/pictures-with-ck-rabeiny-shlita-in-london-day-1/visit-by-hrav-avrum-shlaf-rm-bobov/




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 22:46 לינק ישיר 

משה בייזערט זיך פארוואס מען כאפט בילדער...



תוקן על ידי וואלןסח ב- 24/08/2010 22:52:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 21:48 לינק ישיר 




פארוואס איז ער נישט געווען אין די תלמוד תורה, מען האט געדארפט טראגן די קינדער אין א טענט?

ער איז דאך בעל הבית?

]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 21:44 לינק ישיר 

רז"ל בייזערט זיך אויף די גבאים, פארדעם האט עטץ מיר דא אהערגעברענגט

 

 

קומט א חלה דעקיל ווי קעציל, און זאגט אז ער בייזערט זיך פארוואס מען כאפט פיקטשערס.... נישטא ווער זאל לאכן, אפשר קען איינער מסביר זיין ווי קומט אריין צו כאפן א פיקטשער ווען מען טוט אן א רעזשוואלקע?


http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2817941&whichpage=3&forum_id=21016

[quote]כ"ק מרן רבינו שליט"א צובייזערט אויף די בילדער מאכער אין לאנדאן



תוקן על ידי קעציל ב- 24/08/2010 21:37:07

 

[/quote]



דאס ליצנות איז דאך אין לשער

די לעצטע פאר טעג פלייצן בילדער ווי מאנטרעאל ווי שוואמען נאך א רעגן, מען זעט באשיינפערליך אז דאס קומען פון די גאר נאנטע, ווייל אלעס איז "היימישע" ניקס וואס פאסטן תיכף באותו מעמד, און אחרי ככלות הכל די טריפ האט זיך געענדיגט, לכבוד'ן סיום שטעלט מען א בילד ווי מען בייזערט זיך אויף די בילדער

 

החזיר הזה כשהוא שוכב פושט טלפיו לומר ראו שאני טהור, כך אלו גוזלים וחומסים ומראים עצמם כשרים

 

(קוקט נאר ווי דער הויז בחור שוימט אויף דעם מחוצף וואס כאפט א בילד ווי רז"ל בייזערט זיך אויפן פשעווארסקער רבינ'ס אנטלויפן)



תוקן על ידי וואלןסח ב- 24/08/2010 21:55:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2010 19:23 לינק ישיר 
מ'גייט שוין אהיים פון די טריפ





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די מאסא המאלכעס אין לאנדאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext