| נשלח ב-24/8/2010 19:51 |
|
| |
קלארשטעלונג: באשולדיגטס נישט אין די וועלט אריין
איך האב שוין די אינפארמעישן עטליכע טעג איך בין פשוט נישט אנגעקומען עס צו פאסטן, עס האט זיך ארומגעדרייט א צעטל אנטקעגן די אלעמען באקאנטע העפליכע און גיטע סערוויס קאמפעני "מאטי'ס קאר סערוויס" כאילו ער האט געבלאקט די טראק מיט גארבעדזשעס מיטוואך נאכט.
איך בין אנגעקומען צו די סצענע מיטוואך נאכט עטליכע מינוט נאכדעים ווי די מעשה האט זיך אנגעפאנגען, און עס שטעלט זיך ארויס פאר ווער עס וויל וויסן, אז דאס וואס מען האט ארויפגעשמירט א מעשה אויף א אומשילדיגן אינגערמאן איז שוא ושקר,
די טראק איז ארומגעפארן אויף עטליכע גאסן און מען האט געטוהן וואס מען האט געברויכט צו טוהן צו מקיים זיין די מצוה פון כיסוי דם (של נפשות), משה לייב וויטריאל האט געבלאקט די טראק און דער דרייווער זעענדיג אז דער מסור וויל אים כאפן האט ער געגעבן א שפאר צו די טראק, זיך געגעבן א פארק שיפערהייט, און אפגעטראגן פון דארט. משה לייב נישט זעענדיג ווי ער אנטלויפט האט אים אנגעפאנגען צו זוכן, ער האט געמיינט אז אפשר באהאלט ער זיך אין די בעק פון די טראק, האט ער אים דארט געזוכט, אבער דערווייל זוכט ער אים נאך ביז היינט...
עס איז גלייך געווארן א מצב דארט אויף די גאס (אנטקעגן איבער ר' חיים פריינד'ס באסעס איז דאס געשעהן), עטליכע קאר'ס וואס זענען אריבערגעפארן דעמאלס אויף די שטארק פארנומענע גאס האבן זיך אפגעשטעלט, ווי פארשטייט זיך איז א גרויסע עולם מענטשן זיך צוזאמגעלאפן פון אונזער זייט און פון זייער זייט.
נאכדעים וואס דער דרייווער איז שוין לאנג געווען אנטלאפן איז מאכי גאלדבערגער אויך דורכגעפארן און זיך אפגעשטעלט ארויסקומענדיג פון די קאר, ער איז צוגעגאנגען צו משה לייב (מסתמא קענען זיי זיך) און גערעדט מיט אים אפאר מינוט מיט א העפליכקייט און ידידות, צוויי דריי חברה זייענדיג אויפגעקאכט אויף משה לייב האבן זיך גענומען שרייען "מאכי גאלדבערגער" "מאכי גאלדבערגער", ווי נאר ער האט געהערט אז מען שרייט זיין נאמען האט ער געכאפט הענט און פיס און אוועקגעפארן פון דארט מיט זיין קאר.
ער האט בכלל נישט געבלאקט די טראק, ער האט ניטאמאל געזעהן ווי מען בלאקט די טראק... ער איז אנגעקומען דארט ווען די טראק איז שוין לאנג געווען געבלאקט, און די דרייווער איז שוין לאנג געווען אנטלאפן.
דאס האב איך מברר געווען ביי עטליכע באגלייבטע מענטשן וואס זענען דארט געווען (עס איז נישט געווען דארט צו סאך מער), און איך האב דאס געהערט פון נאך מענטשן וואס האבן דאס מברר געווען, און אויב איינער זאגט אנדערש דעמאלס ווייסט ער נישט וואס עס איז געווען, און וויל זיך זוכן אומשילדיגע מענטשן אויף וועמען זיך אנצולייגן
יא אונז טוען טאקע זיך אנצונעמען פאר אידיש בליט וואס איז ליידער הפקר אין קרית יואל, אבער דאס גיבט אונז נאכנישט די רעכט צו פארגיסן אנדערע אומשילדיג בליט אויף די חשבון, אפילו אויב יענער איז א הייסע ארויני.
מען זוכט אלעמאל אויף וועם אנצולייגן, איך בין גענוג א גרויסע שונא פאר אהרן (און איך האב נאכנישט אין מיין לעבן געזעהן ר' מרדכי גאלדבערגער) אבער איך פיל פאר וויכטיג ארויסצוברענגען דעם אמת, פינטל.
תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 24/08/2010 19:57:39
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2010 00:42 |
|
| |
עקיבא וויינשטאק קען איך ער איז טעראריסט, א זאך וואס איז נישט קיין ספק דארף מען נישט מברר זיין ביי א בית דין
מאכי גאלדבערגער קען איך און ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז זייער א נערמאלע באזעסענע אינגערמאן, און עס איז א שרעקליכע זאך סתם אזוי ארויסצולאזן שמות אויף איינעם אבי אין די וועלט אריין, איך האב געהערט פון עטליכע די זעלבע זאך אז די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטוהן איז אז ער האט גערעדט צו משה לייב, מ'קען מיינען.
אגב איך בין צוויי טעג צוריק אינדערפרי אין בית המדרש ויואל משה א אינגערמאן האט גערופן א טעקסי הער איך ווי ער זאגט אז ער וויל דוקא רופן "מאטי'ס" ווייל מען האט אים אומזינסט שופך דם געווען, אזוי וואלט איך אויך געטוהן ווען איך דארף נוצן א טעקסי, ער איז סתם אזוי גיטע סערוויס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 17:00 |
|
| |
אבער איך פרעג אויב מען האט עס מברר געווען ביי א בי"ד? ווייניגסטנס ביי שארמאשער רב'ס בי"ד אזויווי ביי זיין זוהן יודה יושע. סתם אזוי וואלט איך נישט געפרעגט. נאר איך זעע אז דו הייבסט אן צו רעדן ווי א מענטש פרעג איך.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2010 07:24 |
|
| |
עקיבא וויינשטאק וואס האט געטאנצן חסדי השם פאר דער גוי אנעם קאפל ע. כהן און געטיילט פראסקעס ברבים, דארף נישט קיין בירור אז ער איז א טעראריסט.
דער שייגעץ וואס האט שאדן געמאכט די פרנסה פון א היימישע משפחה, אויפגעזאגט א ארבעטער נאר ווייל זי איז נישט נאכגעשפרינגען די קאפריזן פון אהרן חארינער, ער איז אן אלטער באקאנטער טעראריסט, מען קען מאכן א גאנצע בוך פון זיינע מעשים טובים, וואס ער האט שוין אלס גערודפ'ט אידן, געשריבן בריוון מיט השמצות קעגן רבנים כידוע, ער פרובירט דאס ניטאמאל צו באהאלטן, עס איז דאך א חוב קדוש.
ער צאלט אויס די אלע טעראריסטישע טראקס (א מחותן פון די מקדשי השם איז דאס נאכגעגאנען צוזאמען מיט עטליכע עסקנים), ער איז א טעראריסט פונעם ערשטן קלאס, פאסט זיך גיט אריין אינעם ווייסן שוהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 22:45 |
|
| |
| apnews כתב: |  | אבער דיני ממונות דארף מען האבן געהעריגע 2 עדים צו דן זיין, און עס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן יענעם צו באשולדיגן ווער ער טענה'ט חי וקיים אז עס איז נישט אמת,
ליבע ברודער לאמיר זיך נישט אויפפירן ווי די ארונים, און יא ווען אייער טוט זיך מיט אונזערע רעכטן ארומשפילן, אזוי ווי עקיבא וויינשטאק וואס האט ארויסגעווארפן מרת כהן, און ער טערארזירט, עם דארפן מיר אויפהערן שטיצן סיי מיט זיין טשעקקעשינק און סיי מיט די דזשולערי סטאר, אבער באשולדיגן איינעם אן געהעריג נאכגיין די מעשה דאס איז מדת ארוניזם, און לאמיר דאס נישט נאכטון |
| HOW ABOUT אז עקיבא וויינשטאק'ס מעשה דארף מען אויך מברר זיין מיט 2 כשרע עדות ביי א בי"ד???קען זיין אז מען האט שוין מברר געווען איך פרעג נאר
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2010 20:14 |
|
| |
איך האב אויך געהערט אז מאכי גאלדבערגער איז פלעין אנגעקומען צו די סצענע האבענדיג א ראדיא האט ער געהערט ווי משה לייב האט גארופן די פאליס אז א טראק וויל איינעם איבערפארן איז ער געקומען צו לויפן, אבער אזוי ווי איך הער האט ער באמת גארנישט געמיינט,
איך ווייס אז יעדער איינער גייט יעצט פרעגן מען דארף עם שוין צוסארך מאל פארענטפערן, וויל איך ענק זאגן עטס האטס א פוינט אבער דיני ממונות דארף מען האבן געהעריגע 2 עדים צו דן זיין, און עס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן יענעם צו באשולדיגן ווער ער טענה'ט חי וקיים אז עס איז נישט אמת,
ליבע ברודער לאמיר זיך נישט אויפפירן ווי די ארונים, און יא ווען אייער טוט זיך מיט אונזערע רעכטן ארומשפילן, אזוי ווי עקיבא וויינשטאק וואס האט ארויסגעווארפן מרת כהן, און ער טערארזירט, עם דארפן מיר אויפהערן שטיצן סיי מיט זיין טשעקקעשינק און סיי מיט די דזשולערי סטאר, אבער באשולדיגן איינעם אן געהעריג נאכגיין די מעשה דאס איז מדת ארוניזם, און לאמיר דאס נישט נאכטון
|
|
|
|
|