דעבאטע: זאל Jnet עפענען יו טוב?
איך ווייס אז זשעי נעט פרעגט מיך נישט, אבער איך וויל פרעגן דעם דעת הקהל, טויזענטער אידן איבער די וועלט האבן נישט קיין זשעי נעט, זיי זענען אפען צו די גאנצע טריפה'נע אינטערנעט.
וועמען די וועסט פרעגן וועט דיר ענטפערן די סיבה און יענע סיבה (רוב אבי געהאקט אין קאפ), אבער עס איז דא איין סיבה וואס אסאך מענטשן ענטפערן אז "אויף זשעי נעט קען מען נישט זעהן קיין ווידיאו'ס" פארשטייט זיך כשר'ע.
א קליינע דוגמא וואס מאנכע ווילן זעהן, די ווידיאו'ס פון די פאליטיק וואס רוב פון זיי קען מען נישט זעהן אויף זשעי נעט ליגענדיג אויף יו טוב, לכבוד דעם איז דא א ריזיגע עולם וואס נוצט נישט (ליידער און א שרעקליכע ליידער) קיין זשעי נעט
אין אמת איז דאס א שוידערליכע הפקירות צו לאזן אפן די אינטערנעט אן קיין פילטער, אבער איך טראכט שוין לאנג אז אפשר איז זשעי נעט שולדיג אביסל ווייל מען האט פארשפארט די יו טוב סייט.
אויב איינער וועט זאגן אז מען קען עס נישט עפענען וועגן עס איז דא דארט נישט איידעלע ווידיאו'ס, האב איך דעם שתי תשובות בדבר, איינס אז א זאך וואס עס איז דא א ריזיגע אינטערעסע ביים ציבור דאס צו האבן וועט דאס זשעי נעט לאזן אפן אפילו עס איז דא דארט זאכן וואס איז נישט אויסגעהאלטן אויך, ווי למשל איבעי וואס עס איז דא דארט אויך נישט איידעלע בילדער אבער דאך איז עס אפן, פארוואס? ווייל מענטשן דארפן דאס האבן פאר ביזנעס, די זעלבע איז מיט די נייעס וואס זיי לאזן אפן אפילו עס איז נישט אויסגעהאלטן.
און בכלל קען מען עקסטער בלאקירן די שטארק נישט איידעלע ווידיאו'ס (מען דארף ממילא באשטעטיגן ביי יו טוב ביי געוויסע ווידיאו'ס ווי אלט מען איז) פונקט אזוי ווי זשעי נעט האט געטוהן ביי איבעי
פון איין זייט קען מען זאגן אז עס איז א אחריות פון זשעי נעט צו "עפענען" יו טוב, פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז עס איז א אחריות פון זיי "צו לאזן פארשפארט די סייט" וואס דאס איז דער גורם אז פילע מענטשן נוצן נישט קיין זשעי נעט.
וואס האלט דער ציבור?
תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 25/08/2010 01:04:51
 |
|
|