בית פורומים אידישע געדאנק

טעכנישע פראבלעמען ברענגט אויפברויז ביי ארונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2010 07:28 לינק ישיר 
טעכנישע פראבלעמען ברענגט אויפברויז ביי ארונים

ווי באקאנט האבן די ארונים א טעגליכע אימעיל מיטן נאמען בחצרות סאטמאר ווי עס ווערט יעדן טאג ארויסגעשיקט בילדער פונעם סבלן'ס סדר היום.
די סוקסעספולע נסיעות פון רבינו שליט"א און די דערהויבענע מסובות בהשתתפות אלע רבנים פון לאנדאן און ארום טראץ די אויפקלערונג בריוון וואס די ארונישע פורים קהל האט ארומגעשיקט צו אלע רבנים אז מען עס זאל באיאקאטירן, האט ווי יעדער זעהט נישט געברענגט קיין שום רעזולטאטן, נא וואס טיען די חלה דעקלעך זיך צו בארואיגען אז דער סבלן איז עכט יא דער רשכבה"ג, מען זעצט זיך צים כלי קוקן די טעגליכע בילדער פון בחצרות סאטמאר, אפפס אבער עס איז דאך נישט געקומען שוין צוויי טעג, וואס וועט מען טאן? מען דארף זיך בארואיגן די נערווען פון די בילדער וואס מען האט נארוואס געזען די ריזן ציבור און רבנים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די אויסגעשפילטע זאליס, לויפט מען ארום פארסאפעט פרעגן וואס גייט פאר מיט בחצרות סאטמאר? אזשע יואלי לאנדא האט שוין געדארפט ארויסשיקען היינט א מעסעדזש אויף סאטמאר לייוו צי די דעמאראלאזירטע חלה דעקלעך אז עז איז דא טעכנישע פראבלעמען מיטן סיסטעם, און בקרוב וועט מען זוכה זיין ווידער צו זעהן די לעכטיגע צורה פונעם סבלן מיט די שיינע געלאקארטע פיאות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2010 21:29 לינק ישיר 

א ריזן דאנק פאר בחצר פאר די גוטע נייעס, איך בין שוין געווען דערשראקן צום טויט אז ר' אהרן פלאנט צו ווערן אויס 'פיקטשער רבי' און ער גייט ארויפלייגן א פארבאט אויף בילדער. אבער איך זע ב"ה אז דאס איז בלויז א טעכנישע פראבלעם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2010 20:11 לינק ישיר 

 

 

לכבוד די חשובע ליינער און סובסקרייבער שיחיו, פון איבער דער גארער וועלט,

 

איר האט אוודאי געוויס מיטגעהאלטן די וואך, אז מיר זענען אדורך גאהר טעכנישע פראבלעמען אין אונזער סיסטעם, וואס דאס האט געפירט דערצו אז מיר האבן נישט געקענט סערווירן אונזערע חשובע ליינער מיט די חומר אזוי ווי טאג טעגליך.

 

שווערע הארעוואניע איז אריינגעלייגט געווארן דורכאויס די וואך – און ווערט אצינד נאך אלס אריינגעלייגט, אז מיר זאלן אי"ה ווייטער קענען ממשיך זיין צו ברענגען פאר אייך נייעס'ן מודעות און בילדער אזוי ווי ביז אהער.

 

אעפ"כ – כאטשיק די סיבות זענען בכלל נישט געווען מצדינו, נאר אויסדריקליך טעכנישע פראבלעמען – שפירן מיר פאר א פליכט זיך צו אנטשולדיגן פאר אייך אז ס'איז למעשה אדורך אזאנע פאהר טאג, און דער שטאב פונעם מערכת ארבעטן זייער שווער און שוינען נישט קיין געלט, צייט און כח אז ס'זאל אינעם עתיד נישט פאסירן בעזהשי"ת.

 

אויך מוזן מיר מודה זיין, אז מיר האבן - אייך חשובע ליינער שיחיו – אונטערגעשאצט, מיר האבן נישט געוואוסט ביז אהער ווי ווייט דער ציבור ווארט אויף אונזער טעגליכע  ארבעט און ווי ווייט מ'קוקט ארויס דערויף, און מיר האבן נישט איננאכט גענומען ביז היינט ווי שטארק די חשובע ליינער און סובסקרייבער שעצן אונזער גאהר שווערע ארבעט, ביז אצינד - וואס מיר האבן אריינבאקומעו אזויפיל בקשות און פארלאנגען ווייטער צו באקומען אונזערע אימעיל'ס.

 

ע"כ אין די געלעגנהייט פאדערן מיר און מיר בעהטן פון אייך, שוינט נישט קיין קאמענטארן, קאמפלענטארן און קאמפלימענטארן, נאר ווען איר האט עפעס הגהות טיילט דאס תיכף מיט מיט אונז כדי מיר זאלן אייך קענען בעסער סערווירן.

 

אויך ווילן מיר מודיע זיין אז מיר שיקן אצינד איבער אלע חומר פון די פארגאנגענע טעג וואס עס איז – צוליב די פראבלעמען – נישט אנגעקומען צו יעדן.

 

מיט דאנק און מיט האפענונג אויף אייער פארשטענדעניש 

 

המערכת

 

◊◊◊◊◊◊◊◊




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 07:06 לינק ישיר 

די דעפרעסטע ארונים זעענדיג אז עס איז פאראיבער נאך א טאג און די טעכנישע פראבלעמען זענען נאכנישט פאראכטן, איז צוגעקומען זאלץ צי די וואונדען אז אפילו די ארונישע קינדער ביכל "די וואך" האט אויך נישט געהאט רא"ט אויפן דעקל, האבן זיי ארויסגעלאזט קלאנגן אז הערשי רובענשטיין איז ארעסטירט געווארן...
ווי עס הייסט וועט מען עפענען א "וועד להצלת צלמין הסבלן" א שטייגער ווי די נארוואס געגרינדעטע וועד להגנת תורתינו הקדושה, מען וועט אפדריקן א ענגלישע בריוו (עיין דער בלאט די וואך)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2010 19:35 לינק ישיר 

you are making such a issue from the pictures you are bz that the aroinim have bchatzrus satmar (where they are making money from ads.) when you have satmarnewswordpress
so cut the crap
what you want from the voch, you dont give him pictures so he have to collect what he have
sound like your rabbi give permission only for kol huoilom kiloi
so go ahead butstop the crap




תוקן על ידי פשווארסק ב- 26/08/2010 19:37:04




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2010 08:52 לינק ישיר 

פארדינט שוין גארנישט א אשכול, ער גייט נעבעך אונטער... צו לייגן א בילד פון טאהש'ער רבין אין פלארידע פאר א האלב יאר צוריק, דאס ווייזט ווי סוקסעספול זיי זענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2010 07:09 לינק ישיר 

די וואך פארדינט זיך א אשכול פאר זיך, איך לאז עס פאר בעסערע שרייבערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2010 07:04 לינק ישיר 

די virus טעכנישע פראבלעמען האט זיך פארשפרייט, אזשע אפילו די ארונישע אויסגאבע" די וואך" וואס האט אין די לעצטע מינוט געטוישט דעם דעקל ווייל ער האט געזען אז די אייינציגע שיין בילד וואס ער האט יא געהאט פון רבינו שליט"א איז אויף די דעקל פון כל העולם כילו, פונדעסטוועגן האט די צווייטע דעקל אויך נישט קיין בילד פון רא"ט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2010 09:36 לינק ישיר 

מ'וועט דעם יואל (בן ר' יעקב הערש) פריעדמאן באזייטיגן פון זיין פאזיציע אויב וועט די טעכנישע פראבלעמען אזוי ווייטער אנגיין, מ'קען נישט לאזן אזא הפקרות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > טעכנישע פראבלעמען ברענגט אויפברויז ביי ארונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext