בית פורומים אידישע געדאנק

ארונים: פון היינט און ווייטער וועט מען הרג'נען די מחוצפים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/8/2010 00:41 לינק ישיר 
ארונים: פון היינט און ווייטער וועט מען הרג'נען די מחוצפים

אין כל העולם לייגט איינער פאר אז מען זאל הרג'ענען ר' יוסל וואלדמאן...


איר מיינט אז דאס איז סתם געזאגט? זיי ווילן קודם איינפירן זייער אייגענע פאליציי, נאכער זייער אייגענע קאורט און דעמאלס וועלן זי איינפירן קעפיטעל פאנישמענט און מ'וועט אלע בני יואל הענגען אין פראנט פון שאפינג צענטער....






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 19:05 לינק ישיר 

שוין פונעם ערשטן וואשינגטאן פראטעסט תשי"ח זענען מיר אלע מוסרים פארן מגלה זיין די אומות די רציחות פון מדינת ישראל, די זעלבע איז יעצט אין קרית יואל.

נאר די צייטונגען האט געברענגט דאס ביסל ארדענונג אין קרית יואל תשנ"ה, און זיי וועלן אי"ה ברענגן ארדענונג תש"ע, מיר מיזן אויסניצן די דעמאקראטיע רעכטן וואס די ווילידש וויל דערשטיקן, און דאס קען נאר קומען דורך די פרעסע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 05:55 לינק ישיר 

ממה נפשך איז ער א מסור וואס מען דארף הארגענען אויף וועמען ווארטן די גאטפארכטיגע און לייטזעליגע ארוינים? 

ווען וועט איר שוין האבן סוער-סייד באמעס וואס וועלן זיך אויפרייסן פאר אייער גאט...

איז ער נישט קיין מסור? וואס וויל ער מיט דעם שו"ע אויפן קאפ ארויף? 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 05:39 לינק ישיר 


טענו בחיטים והודו בשעורים

ווער גייט דא רעדן צו ער איז א מסור צו נישט דאס וועט זיין א אשכול מיטן נאמען יוסל וואלדמאן - חתם סופר

דא רעדט מען וועגן הרגענען א איד, פרעג איך איין קשיא אויב שטייט און שו"ע אז מע דארף אים הרגענען איז וואס ווילסטו? זיך קריגן מיטן שו"ע?,

אויב נישט איז ווי שטייט און יענער אשכול אז מע גייט הרגענען יוסל וואלדמאן?, קענסט ענפערן די שאלה ענפער, אז נישט איז סיג לחכמה שתיקה, נישט ווייל די שווייגסט ביזטו א חכם, אבער קיינער זהעט נישט אז די ביסט א נער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 05:26 לינק ישיר 

דעם קדוש ר' ישראל יעקב דיהאן ע"ה ה' ינקום דמו האבן די ציונים די שלוחים פון פון הר' קוק געשאסן אין ירושלים מיט די טענה אז ער איז א מסור ווייל ער האט געטוהן השתדלות ביי די בריטישע רעגירונג און אזוי ארויס געהאלפן די יהדות החרדית בירושלים ובראשם הרהגה"צ ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל אז די קוק'ניקעס זאלן זיי נישט קענען אזוי אכזריות'דיג רודפ'ן.  ווייל קוק האט אויך גע'טענה'ט אז ער איז מרא דאתרא און אלע ערליכע אידן מוזן זיך בייגן צו זיינע מיינונגען.

עד היום הזה ווייסן אלע ערליכע אידן אז ר' ישראל יעקב דיהאן איז נרצח געווארן על קידוש השם דורך די רשעים ארורים און זיין געוואלדיגע הילף פאר די בני ציון היקרים איז א ישועה עד היום הזה.
 

איך בין נישט קלאהר מיט אלע פרטים פון יוסף וואלדמאן און בודאי נישט קיין פוסק אויף די מחלוקת פון די בני יואל מיט די בי אהרון. אבער דאס איז קלאהר ווי דער טאג אז די ערליכע "בני קרית יואל" וואס ווילן זיין ערליכע אידן און מגדל זיין ערליכע דורות על דרך רבותינו הקדושים בעל ויואל משה זי"ע. ליידן זיך צוזאמען שרעקליכע רדיפות שוין איבער 25 יאהר אינטער די רעזשים וואס רופן זיך חסידות, ווילעדש וכדומה.

די גרעסטע מצוה צו טוען יעדע השתדלות צו ראטעווען ערליכע אידן פון רדיפות, סיי מיט 20 יאהר צוריק הרהגה"צ דעם קאשויער רב ז"ל, סיי מיט 19 יאהר צוריק הרהגה"צ ירושלימער רב רמ"א ז"ל און סיי די ערליכע אידן ליבדל לח"ט הרהגה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א, און הרהגה"צ סקולענער רבי שליט"א אין די שווערע צייטן איידער סאטמערער ברודער האבן צובראכן די מלוכה. אדאנק דעם איז די יעצטיגע רדיפות נישט אזוי מצליח אקעגן הרב הגאון שארמאשער רב שליט"א און נאך הונדערטער ערליכע אידן. גיין צו די רעגירונג איז געוועהן דער וועג פון די הייליגע צדיקים ביים טיילונג וועלכע האבן געליטן רדיפות ובזיונות פון די בעלי זרוע. די אלע תלמידי החתם סופר האבן אזוי געטוהן צו ראטעווען אידן פון די רדיפות פון די בעלי זרוע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 01:19 לינק ישיר 


ממה נפשך איז ער א מסור וואס דער שו"ע הייסט הרגענען, איז וואס זאגסטו?, קריגסט זיך מיטן שו"ע?,

טאמער דער שו"ע זאגט אז מע דארף אים נישט הרגענען, שטייט נישט אז מע זאל אים הרגענען, שטייט אז מע זאל טוהען וואס דער שו"ע הייסט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2010 00:51 לינק ישיר 

ניסי ניסים זיי האבן דאס נישט געטוהן ביז יעצט.

והקב"ה מצילנו מידם...

אן אנדערן תירוץ האבעך ניש!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארונים: פון היינט און ווייטער וועט מען הרג'נען די מחוצפים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext