א מעכטיגער איינפאל
עס איז היינט פארגעקומען אן אסיפת פון חכמי כעלים, ובראשם זייער דיין און פקחי הקהלה, ועל צבאם ועל ראשם דער חרדי'שער מעדאף אלישע הארעוויטץ, וואס פאר שריט ווייטער צו טוהן אז די ממשלה זייערער זאל זיך פילען אויף די גאנצער וועלט, מען האט ארום גערעד אויף אלע לעטע געשעהנישן, סיי בנוגע די בחורים אין ישיבה וואס ברענגען א כבוד שמים פארן ממשלה, סיי פון די מעכטיגע אקציע וואס דער דיין אין אלישע האבן געהייסן אז מען זאל ווארפן די פאשקעוילען דורך די פאבליק סקול באסעס, סיי די מסירות פון יענקעל פריינד, סיי וועגן די שלום פון יענקי סופר, סיי די גארביטש מערכה, סיי וועגן די דין תורה אין בני ברק, סיי וועגן די שחיטה פון כבשים, סיי וועגן די מערכה א קעגן ר' דוד שמידעל א.א.וו.
האט מען דארט ארום געשומעסט אז די מערכה א קעגן ר' דוד שמידעל איז מעכטיג געלונגען, אז זיי האבן שוין היינט א נייעם שטערן פונקט אזוי ווי ר' דוד דאס איז "הרב" אהר'לע יאקטער "שליט"א" וואס ער וועט ווייזען פאר ר' דוד שמידעל אז אויב מען האנדעלט מיט "מיילעך" שטערן באקומט צוריק.
האט זיך אונזער חכם ר' אלישע אנגעריפן אז מען דארף טוהן מיט ר' יחזקאל גאלד דעם זעלבען דשאב, אז מען גייט אנהייבן צושרייבן אויף "הרב בנציון פריעדמאן שליט"א" און דורך דעם וועט ר' יחזקאל גאלד האבן א לעקציע, אז מען מאכט נישט חתונה אין בני יואל קיין אייניקלעך
נו וואס זאגט איר נישט צו די חכמים,
צושפרייט זיך נישט זייער ממשלה אויף די גאנצע וועלט
 |
|
|