בית פורומים כל העולם כולו

מזל טוב: החתן יואל ב"ר אברהם דוד גליק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2010 00:37 לינק ישיר 
מזל טוב: החתן יואל ב"ר אברהם דוד גליק

עב"ג בת ר' אברהם מייזעלס מאנטריאל




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2010 18:46 לינק ישיר 

ברוך השם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 17:19 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל [email protected] און איך האב קאנפירמט די מעשה

*--[endif]*

מיט עטליכע וואכן צוריק – פונקטליכער געשריבן: דאנערשטאג בעפאר תשעה באב – האט הבחור יואל ברא"ד גליק הי"ו געהאט די זעלטענע זכי' זיך צו באטייליגן, אינאיינעם מיט אנדערע חשובע בחורי חמד תלמידי מתיבתא גבוה ד'ישיבתינו הק' – אויף א באזוך, קאמבינירט אינאיינעם מיט א מסיבת סיום מסכתא, בביתו נאוה קודש פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע אויף בעקערטאון רד. דאס הייליגע הויז וואו דער רבי זי"ע האט אפגעפראוועט זיינע לעצטע פיר יאר עלי אדמות בקדושה עילאה.

אינעם הייליגן "קוויטל שטיבל" פונעם רבי'ן זי"ע (וועלכע איז כידוע נאכנישט גערירט געווארן זינט דעם רבי'נס הסתלקות תשל"ט) איז פארגעזאגט געזאגט מזמורי תהילים דורכן די חשובע בחורים שיחיו מיט א אויסטערלישע השתפכות הנפש, אין שפיץ פון הגאון הצדיק אבדק"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

דאן האט הבחור החשוב יואל גליק הי"ו גענומען דעם קוראזש, און בקול מלא רגש האט ער זיך אנגערופן:

"איך וויל ענק עפעס זאגן דא, און איך בעט אז יעדער זאל נאכזאגן אמן דערויף!".

אלע זענען שטיל געבליבן און געווארט צו הערן וואס ער גרייט זיך צו זאגן, און הבה"ח יואל האט פארגעזעצט מיט א פעסטע שטימע:

"מיט נאנט צו דרייסיג יאר צוריק איז מיין טאטע זאל זיין געזונט געשטאנען דא אין דעם צימער ביים הייליגן רבי'ן זי"ע, און ער האט זיך מזכיר געווען ביים רבי'ן, זאגענדיג אז ער האט ב"ה דריי טעכטער, אבער דערווייל איז ער נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קיין בר זכר!".
"
דער רבי זי"ע האט אים אנגעוואונטשן, און די ברכה איז ווירקליך מקוים געווארן, ווען מיינע עלטערן זענען געהאלפן געווארן מיט א בן זכר, דאס בין איך, אני הקטן!".

דא האט הבה"ח יואל ני"ו געהעכערט זיין שטימע, און מיט אן התרגשות אויסגעשריגן:

"איך וויל זאגן פארן רבי'ן, טאקע דא אין דעם זעלבן קוויטל צימער! המתחיל במצוה אומרים לו גמור! דער רבי האט טאקע געהאלפן מיין טאטן מיט א בן זכר, אבער מיר ווייסן דאך אז ווילאנג מען טרעפט נישט דעם פאסיגן זיווג מן השמים איז דער מענטש א פלג גופא, וויל איך בעטן דעם רבי'ן אז ער זאל צוענדיגן זיין הייליגע ברכה!"

דער הילכיגער "אמן" פון אלע חברים, בחורי חמד, מרביצי תורה, האט אפגעקלינגען אינעם קליינעם טרערן-אנגעפולטער צימער'ל, ס'קלינגט נאך אלעמען אין די ביינער, און וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון זכרון פון אלע באטייליגטע...
די בחורי חמד האבן אויסגענוצט די התעוררות'דיגער שטימונג, און זיך געוואונטשן איינער דעם צווייטן אז מ'זאל שוין הערן גוטע בשורות ביי אלע חברים וידידים...
*
היינט, מאנטאג פר' נצבים וילך, קומט דער פריידיגער באריכט – וועלכע ברענגט אריין א שמחה דקדושה ביי אלע – אז הבחור החשוב יואל ני"ו איז בעז"ה א חתן געווארן אין גוטע שעה, עב"ג בת הר"ר אברהם מייזלס שליט"א פון מאנטרעאל!!!
אין די זעלבע צייט - אויך היינט מאנטאג פר' נצבים וילך – איז א חתן געווארן הב' החשוב פריינד ני"ו (אויך פון די באטייליגטע ביים התעוררות'דיגן מעמד אינעם הייליגן קוויטל צימער פון רבי'ן) בן הרב החסיד ר' יעקב ישראל פריינד שליט"א, וועלכער האט זיך אויך באטייליגט דארט, און האט אויפגעטרעטן מיט א תוכנ'דיגע דרשה פאר די בחורים, אינעם ביהמ"ד של רבינו הק' שעל יד ביתו נאוה קודש.

וואונדערליך? אינטערעסאנט? דאס זענען בלויז איינע פון די צענדליגער עפיזאדן וואס אידן דערציילן אז זיי האבן אויסגע'פועל'ט אין דעם הייליגן קוויטל צימער, יא! אויך לאחר פטירתו של רבי.
וויאזוי שטייט פון צדיקים? דער מקום וואו דער צדיק האט געדאווענט; געלערנט; געוואוינט; און אפגעפראוועט זיין עבודת הקודש, לאזט איבער א רישומא קדישא אויף לאנגע יארן שפעטער!

ויהי לפלא

 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2010 01:42 לינק ישיר 

קע"ה די לעצטע פאר חדשים איז געווען ב"ה אסאך חתנים/חתונות פון גאר אלטע בחורים. למשל זושא היימאן. יואל (ב"ר בצלאל) קליין. אליעזר רוטנער. וכו' און אסאך סתם גבוה בחורים. דער אויבערשטער זאל העלפן אז קומענדיגע זמן זאל מען נישט דארפן עפענען גבוה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2010 01:20 לינק ישיר 

חסדי ה' כי לא תמנו!!!

מזל טוב ברא"ד'ער רב!

א שמחה אין אלע עולמות.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2010 00:54 לינק ישיר 

מזל טוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מזל טוב: החתן יואל ב"ר אברהם דוד גליק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext