נעמט אין אכט אלע קיופאנס וואס מען זעט אין אלע וועכענטליכע אויסגאבעס, אפילו אויב האט א געשעפט אביסל געהעכערט דעם פרייז, דאן וועט די קיופאן עס צוריקברענגן צו די געווענטליכע פרייז, אין אוודאי אויב האט ער נישט געהעכערט דאן פארדינט מען נאך מער. ווי אויך, מען דארף נאכקוקען פרייזען און מען מעג איינקויפן אין עטליכע געשעפטן, ביי איטליכער די צוגעהערן וואס ער האט פאר די בעסטע פרייז. דער געשעפטסמאן איז דא צו מאכען געלט, און אייער פליכט איז צו היטן אויף אייער געלט. פארשטייט זיך, אז מען דארף/טאר נישט אויסגעבן געלט פאר קארס כדי אנצוקומען צו די געשעפט וואס האט איינצעלנע זאכען פאר ביליג אויב די קאר קאסט מער ווי וואס מען שפארט זיך. עניוועיס, זאל קומען א גוט, געבענטשט, זיס און לעכטיג ניי יאר, מיט אסאך געלט פאר גאנץ כלל ישראל
|
|