| נשלח ב-1/9/2010 00:31 |
|
| |
מיר זוכען אינטערסאנטס פאר חוה"מ
אויב איינער האט עפעס גוטע, אינטערסאנטע בייפעלער וואו צו גיין חוה"מ ווערט ער געבעטן עס דא צו באשרייבען.
פארשטייט זיך אז מען זאל ליבערשט שרייבן פלעצער וואס זיינען פעליג פאר די גאנצע משפחה, און אויב איז עס פאסיג נאר פאר אינגלעך אדער נאר פאר מיידלעך, דאן זאל מען דאס ארויסשרייבען.
איך שרייב אביסל ווייטע פלעצער, ווייל ביי די נאנטע בין איך שוין געווען...
מיר וועלן אנהייבען מיט פלעצער וואס זענען אביסל ווייט, עס איז א רייזע פון א 2-3 שטונדען אדער מער, אבער דארט איז פארהאן אלע איינריכטונגען פאר אידען, אלזא מען דארט בלייבן איבערנעכטיגן, און די פלעצער זיינען נאר אינטערסאנט אויב לאזט מען זיך ארויס אביסל פרי.
הערשי פארק. דאס איז א רייד פארק וואס ווערט אפגעדונגען יעדעס יאר חוה"מ סוכוס דורך אידען פאר א טאג אדער צוויי, די פרייזען זיינען די געווענליכע, זיי פארמאגען א סוכה אויפן פלאץ.
הערשי טשאקלאדע. דאס איז די באוואוסטע טשאקאלאדע פעקטארי, דאס געפונט זיך נעבן הערשי פארק, זיי צייגן דארט וויאזוי מען פאבריצירט טשאקלאדען און געוויסע סארטען צוקערלעך, זיי האבען ריידס אינעווייניג פאר קליינע קינדער, אינטערסאנט אויך פאר ערוואקסענע.
אמיש טאון. דאס איז אן ארט ווי מעטשען לעבן נאך אויפען אלטען לעבנסשטייגער, זיי פארען אויף פערד און וואגען און מען קען אויך האבען א רייזע מיט אזוינס.
דאטש וואנדערלענד. דאס איז קינדער פארק, זייער אינטערסאנט פאר קינדער, און די עלטערן דארפען נישט צופיל וואנדערן פון איין רייד צום צווייטען. זיי האבען געווענליך א סוכה אויפן ארט.
די אלע דערמאנטע פלצער זיינען נישט צו ווייט איינס פון צווייטן.
ס'איז דארט אויך פארהאן נאך אסאך אינטערסאנטע פלעצער, מען קען דארט רואיג אויספילען צוויי פולע טעג.
אין די געגנט דארט איז דא א אידישע געמיינדע מיט א שול ווי מען קען דאווענען אלע תפילות, אויך האטעלן פאר גוטע פרייזען אויף איבערצונעכטיגען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 00:39 |
|
| |
עס איז דיר גארנישט ביי געפאלען אז דו קענסט פארברענגען געשמאק מיט דיינע קינדער אפאר שעה אין ביהמ"ד און לערנען? וויפיל שעה לערנסטו מיט זיי דורך די יאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 04:58 |
|
| |
נו, אוואו ר' משה האט פארלאנגט, ווילן דאך עלטערן לערנען מיט די קינדער, אבער עס שטייט דאך פארט ושמח, אלזא דארף מען זיי די קינדער געבן עפעס וואס דערפרייט זיי, אלזא וועלן מיר געבן נאנטערע ערטער, אז סיי פאר און נאכען לערנען זאל נאך בלייבן עפעס צייט צו דערפרייען די קינדער אויף זייער שטייגער.
עדווענטשור לענד. פילע ריידס גאר אינטערסאנט פאר קינדער, פעריס וויל, א גרויסע רייד טרעין, שיפען און באמפער קארס, די פלאץ איז היפש גרויס, אבער גענוג קליין אז מען דארף נישט גיין צו ווייט פון איין רייד צום צווייטן.
קאוני איילענד. טראץ וואס דאס איז נאנט צו אלע ברוקלין איינוואוינער, פארט זיינען פילע נאך נישט דארט געווען. א געוואלד מיט ריידס, מיט א סוכה אויפן ארט
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 07:59 |
|
| |
ברוינפן איך מיין אז "קרעיאלע" די קרעיאן קאמפאני איז אויך אין די געגנט פון די אלע פענסילוועניע פלעצער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 03:34 |
|
| |
קרעיאלע איז טאקע אין פענסילוועניע, אבער נישט נעבן הערשי פארק. די גוטע זאך איז אז ס'איז אסאך נאנטער, אבער אין די נישט זוממער מאנאטען האבען זיי לימיטעד שטונדען און טעג, אלזא פאר מען פארט זאל מען זיי אנרופען.
עס איז אבער יא פאראן א פארק דערנעבן (בערך 20-25 מינוט דרייוו) און דאס איז דארני פארק, א גרויסע פארק, מיט אסאך ריידס פאר קינדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 03:52 |
|
| |
העמיר זיך אריבער צוען קיין ניו דזשערסי.
ניו דזשערסי ים-פלאטע (נעיוועל) מוזעאם. בערך א 3/4 שטונדע פון ברוקלין/מאנרא און בערך א האלבע שטונדע פון מאנסי. זיי האבען א סאבמארין און נאך געוויסע מיליטערישע זאכען. זיי זענען נאר אפען וויקענדס צוליב וואס אלע זייערע איינגעשטעלטע זיינען אלע וואלאנטירן.
ניו דזשערסי פלי-קראפט קארידאר פון רום (אוויעישאן האלל אוו פעים), נישט ווייט פון די פאריגע פלאץ און אויך היבש אינטערסאנט פאר יעדן, זיי האבען דארטען געשטראנדעטע פליגער און העליקאפטערס און א קליינע מוזעאם פון פליען צוגעהערן. אבער מיר געדענקן נישט זייערע שטונדען.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 03:59 |
|
| |
די אינטרעפיד דארף אויך צו זיין אינטערעסאנט. גאנץ נאנט צו ברוקלין
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 05:17 |
|
| |
זאל זיין אינטרעפיד. דער אינטרעפיד איז גאר אן אינטערסאנט ארט פאר אינג און אלט, פאר די קינדער צו זעהן אזא ריזיגן שיף מיט אלע צוגעהערן און פאר די עלטערע איז דאס גאר אן אינטערסאנטער מוזעאם.
די אינטרעפיד איז א קריגס שיף וואס איז גענוצט געווארן ביי די צווייטע וועלט קריג, און זי איז באמבארדירט געווארען דורך די יאפאנעזער. די אינטרעפיד איז דורך א פולקאמע ערהוילינג צו קענען אקאמאדירן באזוכער.
די שיך האט נאט כמעט אלע זאכען וואס געהערן אויף א קריגס שיף, אריינגערעכנט אפילו די טישן ווי זיי האבען געגעסן, די באמבארדיר עראפלאנען אויפן שיף דעק און נאך גאר אינטערסאנטע זאכען.
סובמארין. לעבן דעם אינטרעפיד איז געאנקערט א סובמארין, ווי באזוכער קענען אריינגיין קוקען וויאזוי אלעס גייט צו ווען מען וואוינט איינגעשפארט אזוי פאר מאנאטען, ווי אויך צייגן זיי דעם טארפעידא (אונטערוואסער באמבע) שיס צימער.
קאנקארד פליגער. די אלע שיף באזוכער קענען אויך גיין קוקען דעם קאנקארד פליגער וואס מען האט דארט אראפגעלייגט אלס א פלי מוזעאם. דער קאנקארד איז געווען דער שנעלסטער פאסאנדזשיר פליגער. מען באנוצט זיך מער נישט דערמיט זינט איינס פון זייערע פליגער האבען אויפגעשאסען ביים ארויספליען פון פראנקרייך. (דאס דארף אייך נישט אפשרעקן פון ארויפגיין אויף א גענצליך געאנקערטן פליגער...)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 06:32 |
|
| |
ברוינפן. אוואו האסטו דיך געלערנט?...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 06:46 |
|
| |
Flushing meadow park עס איז א ריזיגע פארק נישט ווייט פון וויליאמסבורג/ב"פ עס האט BOATING. BIKING. ROLLER BLADING. און אסאך אנדערע אינטערעסאנטע זאכן. אבער איך מיין אז עס איז בעיקר אינטערעסאנט פאר ערוואקסענע. און נישט פאר קינדער
תוקן על ידי פריינדליך ב- 02/09/2010 07:07:15
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 09:21 |
|
| |
אויף אייוועלט איז דאכציך געווען א אשכול מיט עטליכע זייטן פון אינטערעסאנטע פלעצער צו גיין חוה"מ.
ווער ס'קען עס אפירזוכן, (אויב ס'איז נישט פארלוירן געווארן אינעם גרויסן קראך אינעם שבר הגדול) זאל ביטע צולינקען אהין.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 16:30 |
|
| |
וויאזוי מאך איך אז עס זאל ארויפקומען ביי "תוקן ע"י" נאר וואס איך וויל(למשל יעצט איי וועלט)??
|
|
|
|
|