בית פורומים כל העולם כולו

שלמה ווייס אויף CHANNEL 12

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2010 16:29 לינק ישיר 
שלמה ווייס אויף CHANNEL 12

איך האב באקומען נעכטן א לינק צו א יו-טוב קליפ ווי א יונגערמאן שלמה ווייס רעדט צו טשענעל 12 איבער מיאוסע זאכן וואס ער זאגט אז עס איז שרעקליך איינגעריסן ביי חסידישע יודן. עס איז א שרעקליכע חילול השם און זייער מיאוס. איך ווייס נישט צו איך מעג עס ארויפלייגן דא. אויב איך וועל באקומען רשות פונעם מנהל וועל איך עס ארויפלייגן אי"ה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2010 21:12 לינק ישיר 

יאשקע שוטה האט איר אריינגערופן אין שטעטל (די בילד ווי יאשקע רעדט צי די קלאפטע איז געווען דא אין א אנדרע אשכול) אין איר אראפ געשטעלט אין פראנט פון שאפינג סנטער אבער יאשקע שוטה ווייסט נישט אז ווען מען ברענגט א רעפארטער רעדט זי וואס זי וויל

איך ווייס נישט וואס יענער בני יואל האט יא געטון אדער נישט אבער איין זאך איז זיכער אז ער האט דעם קינד נישט צו גוט געטריט ווייל קיין שום יוד אדער גוי וואלט נישט געטון פאר א נארמאלן טאטן וואס דער גרוש האט געטון פאר אים. סאיז גאנץ מעגליך אז ער האט נאך אלס נישט מוחל געוועהן דעם טאטן פארן עם אריין שטעלען אין בני יואל אין עם מאכן פאר א ציקלאפט אין געפייניגט קינד.

נאר ביי די בני יואל (און ביי אסאך זאליס) זעהט מען דעס אז מענטשן שפילן מיט זייערע קינדער'ס בלוט פאר פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2010 06:25 לינק ישיר 

ס'איז א בושה די גאנצע זאך, מען דארף נישט אריינמישן בנ"י אין די געשעפט. ווען איינער טוט אזא זאך אין נאכדעם זאגט ער אז יעצט איז ער צופרידן אז ער האט אויפגעטוהן, צייגט דאס אויף א היפשע מאס דעפרעסיע. און דאס קען און טוט פאסירן ליידער ביי אלע אפטיילונגען פון כלל ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/9/2010 06:18 לינק ישיר 

סקוקט אויס ער האט אן אגענדע, אפשר אפסעט אז זיין טאטע האט פארשיקט קיין בני יואל, פאר דעם אליינס וואלט איך ארעסטירט דעם פאטער. איך מיין אז ער זוכט צו שלאגען קאפיטאל אין פעמילי קאורט, אז ער זאל באקומען קאסטאדי. פאני ער קען נישט פטור ווערן פונעם בנ"י אקצענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 23:25 לינק ישיר 

אן אריינרעדן אין די אמת'דיגעקייט פון די מעשה זעט מען עפעס א אינטרעסאנטע זאך

 

דאס איז שוין די צווייטע אדער דריטע קינד וואס איז נתחנך געווארן אין בני יואל וואס מאכט אזא חילול השם אין די פרעסע צו באשמוצן חסידישע אידן

 

דאס איז זייער חינוך, נישטא קיין רבנים נישטא קיין ערליכע אידן, יעדער איז א שייגעץ

 

האסט א פראבלעם גיי צו די גויאישע פרעסע (אין זאלי פארום איז מען נאך אומשטאנד פאר דעם אים צו באטיטלען אלס דער כתב סופר בימינו וואס איז געגאנגען שתדל'ען ביי די גוים

 

בושנו מכל עם




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 22:24 לינק ישיר 

פעלין מעק אויס דיין תגובה
דאס גייט אריין אין ניוויל פה

סקאט מאלען
איך האב נאכנישט געזעהן די קליפ פין וואס ענק רעדן אבער געהערט דערפון האב איך יא
די ס''ה איז אז אזא שגץ האט נישט קיין נאמנות ע''פ תורה אין מען טאר אים נישט גלייבן

וואס די זאגסט וועגן בני יואל,
דאס איז נישט די איינציגסטע קעיס, איך ווייס נישט נאך א מוסד זאל האבען אזוופיל קעיס'ס די מעשה ביי די מיידלעך איז אסאך ערעגר ווי דעם ה''י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2010 22:20 לינק ישיר 

ליינט די תגובות אויף יו-טוב אז ער איז פארוויקעלט אין מערכה מיט זיין ווייב וועגען דער חינוך פון זיין קינד, און זיין טאטע האלט מיט די זייט פון זיין געוועזענער שנור

ווי אויכעט שרייבט דארט איינער אז די בילד פון א חסידישער יונגעל איז גארנישט ער, נאר גאר זיין זוהן

נאך איינמאל איך זע אזא שפראך פון דיר אדער פון א צווייטן ווערט יענער אויסגעשלאסן לעולם ועד!

דער מנהל



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2010 06:23:42




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2010 22:10 לינק ישיר 

געזונטערהייט, דו האלט וויזוי די ווילסט,

ביי מיר איז די פאקט אז ער איז א גרוש און אפגעפארן, און געווען שטיל ביז יעצט, פארמינערט קיין כי הוא זה זיין נאמנות, אדרבא דאס פונקטליך זענען טאקע די קאראקטיריסטיקס פון אזעלעכע געליטענע...ה' ירחם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 21:53 לינק ישיר 

שלמה ווייס איז יא געווען פון די ערשטע בני יואל קינדער.

געדענק וואס חז"ל זאגן אין מסכת מכות - קללת צדיק אפילו על תנאי בא. איז כל שכן דא וואס מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט ביטער פארשאלטען כמה פעמים די בני יואל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 21:50 לינק ישיר 

שקצים איז דא איבעראל.

שלמה ווייס איז נישט געווען פון די ערשטע בני יואל קינדער

בל"נ שפעטער וועל איך ברענגן  די נעמען פון די ערשטע קינדער וואס אלע זענען היינט חשובע יונגעלייט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2010 21:42 לינק ישיר 

א 35 יעריגער גרוש, וואס איז שוין א גוי 15 יאר, האלט נישט גארנישט, נישט קיין שבת, קיין יו"ט, קיין תפילין, פארזינקען און נ"ט שערי טומאה, נאך 20 יא קומט ער אן אז זיין טאטע האט אים פאר 20 יאר צוריק עפעס געטאן.

קאם אן, קרעפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 21:41 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז די מעשה איז געבאקען, דאס איז נחום ראזענבערג ארבעט.


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/09/2010 21:43:56




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2010 21:23 לינק ישיר 

פארוואס קוקט דיר אויס די מעשה שקר? ענטפער נארמאל, נישט קיין בני יואל רעטאריק, וואס איז לגמרי נישט נוגע אהער.

איך גראדע גלייב איהם יא, וואס זאל איך דיר זאגן. ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז א 35 יעריגער מענטש זאל פאבריצירן אזעלעכע מעשיות און עס גיין פובליצירן פאר די מידיע, די תירוצים אז ער איז סתם גערעגט אויף די עלטערן איז ווייט נישט גענוג פאר מיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 21:15 לינק ישיר 

דער טאטע איז א ביטערער רחמנות, מיטן האבן אזא אזא שייגץ פאר א קינד.

די מעשה קוקט אויס שקר פון קאפ ביז פיס.

אבער איין זאך ברויך מען יא געדענקען.

אז דער שייגץ שלמה ווייס איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון בני יואל, און דעמאלס ווען מרן בעל ברך משה זי"ע האטג געזאגט מיט ווייטאג, אז זיי זענען קרעציגע קינדער, און וועלן זאגן הלל ביום עצמאות, איז ליידער מקוים געווארן. חכמים הזהרו, שפילט אייך נישט ארום מיט די פייער פון א צדיק.

מען זעהט ליידער ווי איין ביי איינס פון די בני יואל, ובפרט די ערשטע תלמידים זענען שטארק פארפארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 20:21 לינק ישיר 

א סאטמארער פון קרית יואל, 35 יאר, איבערגעלאזט אידישקייט, משפחה, פרוי, זאגט אז זיין טאטע האט איהם געפייניגט זייט די 7 יאר אלט. ער זאגט: "קיין שום נברא זאל נישט דארפן מיטמאכן 1 פראצענט וואס איך האב מיטגעמאכט"

ביטע נישט שרייבן קיין ניבול פה אויפן פארום


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2010 06:22:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 20:07 לינק ישיר 

וועלכע מעשה?
איך געפין זיך שוין דא אויף הייד פארק א לענגערע צייט (קענסט זיך איבערצייגן דורך קוקן אויף מיין הודעות משתמש)

אויב איינער ווייסט מער אינפארמאציע אויף דעם "שלמה ווייס"? פון וואו קומט ער? צו וועלכע קרייז געהערט ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שלמה ווייס אויף CHANNEL 12
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext