עס כאפט א ציטער ווי די יארן לויפן ווי א ווינט, עס איז הערשט יעצט געווען די הייליגע טעג פון תש"ע,
אבער ווער עס האט שכל ווייסט ווי אזוי עס אויסצינוצען די הייליגע טעג און ווי עס אויסנוצען.
אן א' סליחות אין סאטמאר און גרויסן ביהמ"ד איז א ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג, עס שטופן זיך ציזאם טויזענטער אידן בלי עין הרע אונטער איין דאך און שרייען אויס השם השם קל רחום וחנון, עס גייט אריין און די ביינער. און בכלל ווען מען הערט די במוצאי יום מנוחה, פון אונזער רבין שליט"א מיט אזא השתפכות הנפש וואס ברענגט אריין אביסל הרהור תשובה פארן עולם בכלל, און פאר די בחורים און קינדער בפרט.
זאל טאקע דער אייבערשטער העלפן אז מען זאל האבן היי יאר געפוילט אלעס גוטס אין מען זאל אונז אנשרייבן א זיס אין א לעכטיג יאר פאר גאנץ כלל ישראל אמן