די פייער דעפארטמענט זאגט אז עס איז געווען געבויעט אומלעגאל אהן א פערמיט.
אביסל בילדער פון די סצענע:
נשלח ב-6/9/2010 01:41
יעצט געהערט אז די בילדינג דעפארטמענט האט געהאט פארארדענט אז מען דארף צונמען די סוכה ציליב דעם וואס עס איז געבויט אן א פערמיט
אין נאכען אינגאנצען צונמען האבען זיי עס ווידער אויפגעבויט ביינאכט באישון לילה אין היינט זונטוג ווען די בילדינג דעפארטמענט איז פארמאכט
דא האט זיך אנגעהויבן א רייבעריי מיטן בויער ווייל ער האט נישט געוואלט בויען נאכמאל די הויכע סוכה, אין זיי האבען געטענה'ט אז זיי האבען געקויפט א גענצליך נייע סוכה נאר אז ס'זאל זיין העכער די דאך (ביי זיי איז דאך די פיקטשער די ערשטע פיארטעיט, ווי באקאנט) אין אויב גייט עס זיין נאר 10/12 פיס הויך קענען זיי שוין ניצן די אלטע סוכה
למעשה האט דער בויער אויסגעפירט אין אראפגעשניטן פין יעדער ברעט 4 פיס פין די הויעך - פשוט א שאד געווען אויף די לאמבער פין די נייע סוכה
נישט קיין די פיקטשער אין געלט באצאלט
פראבלעמען מיט בזיונות פון קאפ ביז פיס איז דער יו"ט סוכות, וויינען די זאליס.
יעדעס יאר איז דער יו"ט סוכות א פראבלעם פאר די זאליס, ובפרט שמחת תורה ווען דאס איז דער שטרעקסטער טאג פון יאר אין סאטמאר, און יעדעס יאר שפייען זיי בלוט ווען ראדני האט נישט מיט אלע פראפערגאנדע, סטעטשעס, צעטלען וכו', קיין 20 פארצענט וואס די אהרונים האבן, די זאליס וואלן שוין לאנג מבטל געווען שמחת תורה.
איצט האט זיך דער מחלה פארשפרייט... און היי יאר איז דער גאנצער יו"ט סוכות א ביטערע פראבלעם, דא מיט די סוכה פון ביהמ"ד החדש, די ביהמ"ד החדש אן קיין נעילת החג, די ראדני סוכה צופאלען.
ווי עס קוקט אויס וועט די בג"ץ לישקע מבטל זיין דעם יו"ט סוכות, און עס באגראבען אין פאלאקס.
און ר' מנשה פילאף וועט באקן א פרישע מעשה וואס ער האט אליין געהערט פון ר' עזריאל, אז די רעבע זכרונה לברכה האט געוואלט בטול ומבוטל מאכן יו"ט סוכה, און צוגעזאגט גן עדן ווער עס וועט עס טאן...
און מיילעך שטערן וועט ברענגען ראוית פון תנ"ך אז דוד המלך האט עס נאך געוואלט מבטל זיין, נאר אחיתופל האט אים נישט געלאזט...
תוקן על ידי טראק ב- 02/09/2010 21:50:27
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2010 06:26:44
נשלח ב-2/9/2010 21:00
פין זאלי פארום:
[quote]א אינגערמאן א אהרוני ק. האט אריינגעקראכט אין די סוכה אין דער וואנט איז ארויפגעפאלן אויף זיין קאר און צומזיקט דעם קאר.[/quote]
דארט קען מען אלעס פארקויפן,
נשלח ב-2/9/2010 18:27
why they bold a new suka just to make higher roof?
more pictures
נשלח ב-2/9/2010 06:54
א סוכה'עלע א קליינע / גאר א געמיינע / האט זיך ר' זלמן א סוכה'עלע געמאכט / א הויכע דאך / און פלוצלינג טראך / האט זיך ר' זלמן א חורבן אנגעמאכט