| נשלח ב-2/9/2010 08:13 |
|
| |
ברעיקינג: ספעציעלע כל העולם כולו מסע הקודש לאנדאן-מאנטריאל-טאהש
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 23:17 |
|
| |
פאר דעם ארויני וואס האט געפרעגט היתכן בילדער? דער רבי לאזט נישט? וועל איך אים ענטפערן אז אין הכי נמי עס איז בכלל נישט ניחא פאר רבינו הגה"ק שליט"א (יא דא איז אמת דער טיטל הגה"ק, אפילו מען ניצט דאס נישט געווענליך) די גאנצע געבילדעראכטס, און טאקע וועגן דעם איז טאקע נישט דא קיין אויסגאבע'ס מיט כלערליי פראפאגאנדיע'ס מיט בילדער, און טאקע וועגן דעם איז נאך נישט בייגעפאלן פאר א סאטמארע חסיד אנצורופן די עולם החרדי, המודיע, זשואיש פרעס, כל העולם קאלע, אינטערצושמירן א 10 אלפים צו מער אז זיי זאלן אונז דעקן, אנדער ווי ביי די ארוינישע פיצי קעפ וואס די גאנצע עיקר ציל איז כסדר צו ווייזן "פאר די גאנצע וועלט" אז אונז זעמיר די שטערקסטע די גרעסטע די מעכטיגסטע און די שנעלסטע חסידות.
די פאקט איז אבער אז אונז פשוט'ע מענטשן האבן הנאה פון בילדער, פונקט אזוי ווי מיר האבן הנאה פון אנדערע עניני עוה"ז ליידער, דאס איז אבער די פאקט, קיינער רעדט זיך אבער נישט וועגן דעם איין אז דאס איז די ציל און תכלית צו ווייזן פאר יעדן איינעם אז עס איז דא בילדער, והא ראי' אז רוב צייט פון די יאר און אין די סאמע גרעסטע סאטמארע אויסגאבע דער איד איז נישט דא קיין איין בילד פון רבינו שליט"א, אבער אפילו דאס איז נישט די ציל פון די חסידות איז די פאקט אז מענטשן האבן הנאה פון בילדער, און וועגן דעם פריידט זיך דער עולם און מען קויפט אין גרויסן די כל העולם כולו ווען זיי ברענגען הערליכע בילדער פון די נסיעה.
עס איז בדומה צו דעם וואס חסידים געבן אפ כבוד פאר'ן רבי'ן הגם פאר'ן רבי'ן איז עס נישט ניחא דאך טוט מען דאס, די ציל פון די חסידות איז די ציל וואס רבינו הגה"ק שליט"א שטעלט אהער, דאס איז צו מרבה זיין כבוד שמים, אויפצושטעלן אן ערליכע הייליגע דור בדרך אבותינו ורבותינו, און דער רבי שליט"א דער שר צבא ה' איז מפקיר זיין לעבן וכו' פארן כלל, דאס איז די ציל פון די קהילה הקדושה וואס דאס איז געווען דער ציל פון רבינו הקדוש והנורא בעל ויואל משה זי"ע, א זייטיגע זאך איז אבער אז פשוט'ע מענטשן האבן הנאה פון בילדער, א זאך וואס די קענסט נישט טוישן א טבע פון אנדערע מענטשן, איך האב אז די פארשטייסט די נקודה גיט.
תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 03/09/2010 23:20:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 21:34 |
|
| |
איךהאף אז זיי וועלן זונטאג שיקן גענוג ווייל איך לויף שוין ארום א גאנצן טאג אין אלע געשעפטן אין וויליאמסבורג און עס איז שוין נישט דא צובאקומען,
זיי מוזן געבן סערוויס פארן עולם זיי דארפן עס איבער דריקן עטליכע מאל ביז עס וועט זיין גענוג
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 21:23 |
|
| |
איךהאף אז זיי וועלן זונטאג שיקן גענוג ווייל איך לויף שוין ארום א גאנצן טאג אין אלע געשעפטן אין וויליאמסבורג און עס איז שוין נישט דא צובאקומען,
זיי מוזן געבן סערוויס פארן עולם זיי דארפן עס איבער דריקן עטליכע מאל ביז עס וועט זיין גענוג
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 12:42 |
|
| |
יאפס, דאס איז א באמבע פון א אויסגאבע! אויף אזאנס האב איך מיך נישט געראכטן,
כ'האב נישט די ווערטער אין מויל! ס'איז א אויסגאבע מיט אלע טעמים, הערליך שיין קלאסיש און אויגפארכאפענד, די בילדער איז ממש ווי לעבעדיג, איך שפיר מיך ווי איך בין אויף די נסיעה!
ווי איך זעה איז די בילדער אינעם כל העולם כולו עקסקלוסיוו, אין די אנדערע צוויי בילדער מאגאזינען איז עס נישט דא, זעהט אויס אז זיי האבן געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און זיי האבן געשיקט זייער ספעציעלע פאטאגראפירער פון לאנדאן אפצוכאפן די גאנצע מסע הקודש און יעצט שניידן זיי די פירות, און אין גרויסע געשעפטן אין ניו יארק איז עס שוין נישט דא צו באקומען דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי האבן געדריקט מיט עטליכע טויזענט מער ווי געווענליך, אצינד גייען זיי עס איבער דריקן צום צווייטן מאל און עס וועט פריש זיין צו באקומען קומענדיגע וואך זונטאג אין די געשעפטן.
איך הער אז עס איז א יעדע וואך דא הערליכע בילדער פון רבי'ן אין כל העולם כלו, אויב אזוי גייט מיין וועכנטליכע גראסערי ביל ארויפגיין מיט 3 דאלער פאר די כל העולם כלו!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 06:31 |
|
| |
הערליכע אויסגאבע! איך האב עס נארוואס געענדיגט דורך בליקן, צופיל בילדער עס צוזען און איין שאס, איך וועל עס אי"ה גרונטליך דורכליינען שב"ק.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 02:58 |
|
| |
דו גרויסער צולייגער "פשעווארסק"
וואס ווערסטו אזוי ווילד! איינמאל אין עטליכע יאר ניצט מען די טאקטיק וואס ענק נוצן טעגליך, און ענק ווייסן נישט וואו זיך אהין צן טוהן!! מ'בילד און מ'שעלט אהן אויפהער,
אבער איין חילוק איז דא! דא קומט עס פון כל העולם כלו און ביי ענק קומט עס פון: בחצרות_פיקטשערס ענד דע סטעף, וואס דאס ווערט באגלייט מביתו נאוה קודש פון דער רבי אליינס!
און טאקע דאס האלטן ענק נישט אויס!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 00:53 |
|
| |
| טאטעלע כתב: |  | די באשרייבונג איז מלא תוכן! די אפקלאנג איז עד אין לשער!
די מסע הקודש פונעם שר צבא ה' ההולך לפני המחנה כ"ק מרן רבינו מ'סאטמאר שליט"א האט אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו אז בימינו אלה איז נאך איבער געבליבן א מנהיג אמת וואס מיינט בלויז דעם כבוד שמים אהן קיין שום זייטיגע פניות,
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדיל לנו מן התועים. |
|
LOL
what a holy propagonda for the pictures...
תוקן על ידי פשווארסק ב- 03/09/2010 00:54:04
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 00:36 |
|
| |
ווי קען מען עס קויפן אין קרית יואל אויסער ביי וואלעראו געז סטעישאן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2010 00:12 |
|
| |
די באשרייבונג איז מלא תוכן! די אפקלאנג איז עד אין לשער!
די מסע הקודש פונעם שר צבא ה' ההולך לפני המחנה כ"ק מרן רבינו מ'סאטמאר שליט"א האט אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו אז בימינו אלה איז נאך איבער געבליבן א מנהיג אמת וואס מיינט בלויז דעם כבוד שמים אהן קיין שום זייטיגע פניות,
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדיל לנו מן התועים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 22:49 |
|
| |
די ספעציעלע אויסגאבע קומט מיט די וועכענטליכע פאר די זעלבע פרייז
אצינד דאנערשטאג נאכמיטאג: עס איז שוין דא צובאקומען אין אלע געשעפטן איבער ניו יארק
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 22:40 |
|
| |
דעקל פונעם וועכענטליכע כל העולם כולו, בילדער פון געשעענישען פון איבער דער גארער וועלט, מערקט אויפן דעקל: הערליכע בילדער פון שמחת בית שארמאש אין קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 22:30 |
|
| |
די אינהאלטסרייכפולע באשרייבונג אינעם ספעציעלע כל העולם כלו פון די דערהויבענע נסיעות פון סאטמארער רבי שליט"א

|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 21:23 |
|
| |
א שיינער ארבעט!
דער דעקל זעהט אויס געוואלדיג, דער צורה פונעם רבין שליט"א אויף די לאנדאנע גאסן מיט פשעווארסקער רבי שליט"א, ווען א יעדע טריט איז בלתי לה' לבדו מיט איין איינציגער מטרה אויפצוטוהן פאר כבוד שמים און אפראטעווען די עתיד און עקזיסטענץ פון די חינוך הטהור אין אנטווערפען, ס'איז מוראדיג! דאס הייסט א בילד וואס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, די הכנעה פון די צוויי צדיקי וגדולי הדור איינער צום צווייטן שרייט ארויס שרייט ארויס פון דעם בילד!
איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געקויפט אזא בילדער אויסגאבע אבער די וואך ציעט עס מיך מורא'דיג שטארק און כ'האב עס יא אין פלאן צו קויפן, אויסערדעם איז עס אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי עס האט אפגעהילעכט דער כבוד שמים אין די פרעמדע גאס,
ווען קומט עס ארויס? עס איז שוין דא צובאקומען?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 08:54 |
|
| |
עס וועט זיין צובאקומען אין אלע געשעפטן אין ניו יארק ווי געווענליך דאנערשטאג נאכמיטאג צייט,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 08:52 |
|
| |
א גרויסן דאנק גבאי פישער פאר די נייעס.
|
|
|
|
|