באמבע! באמבע! באמבע! דוד עקשטיין אין מלחמה מיט מאיר הירש!!!
היינט דאנערשטאג האט דוד עקשטיין אפגעשריבן א לאנגע בריוו פאר די הנהלת הקהלה און גרויסע קעפ ביי די אהרונים, פיל מיט טענות ומענות אויף די פירערשאפט פון מאיר הירש אין די הנהלת המוסדות אין קרית יואל.
די סיבה וואס האט אים געמאכט שרייבן דעם בריוו -לויט ווי ער זאגט- איז דער פרישער מארגעדזש וואס מאיר האט ארויסגענומען אויף אלע בניני המוסדות אין קרית יואל, די אסטראנאמישע סומע פון 35 מיליאן דאללער. ער שרייבט דארט אויך זייער שארף וועגן דאס גאנצע התנהגות וויאזוי מאיר פירט זיך אויף צו די הנהלת הקהלה, אזש אז מ'קען מיינען אז די הנהלת הקהילה זענען זאלונים.
למכה מצרים בבכוריהם - כי לעולם חסדו!!!
פרטים יבואו!
נשלח ב-13/9/2010 01:25
וכל הרשעה כולה בעשן תכלה
נשלח ב-8/9/2010 03:50
עס פאסט נישט אפען צו זיין א מתכבד בקלון חברו און בוודאי נישט ערב ראש השנה מען וויל דאך א גוט יאר מען גייט זאגען על חטא ובדיבור פה אביסל שכל!!!
נשלח ב-8/9/2010 02:53
יעצט נאכמיטאג איז געלונגען פאר מנחם גרשון לעבאוויטש, פון די הנהלה ביי די אהרונים אין וויליאמסבורג, צו איינשטילן די קריגערישע צדדים ביז נאך יו"ט. און ווי עס שיינט וועט זיך טאקע נאך יו"ט אנהייבן די ריכטיגע מלחמה.
נשלח ב-7/9/2010 18:34
די אמת איז אז עס איז נישט קיין שום חילוק צווישן מאיר און דוד. ביידע זענען שטארקע חסידי מהר"א. די חילוק איז אז מאיר(מיטן בעלבתישן געשטעל) איז א דיפלאמאט. פארדעם וועט ער געבן די הענט און געלט פאר מהרז"ל ווען ער וועט זיין ביי אים. צו אין קאנעקטיקוט צו אין וומ"ס. און דוד (מיטן פרומען געשטעל) איז נישט קיין דיפלאמאט. וועט ער קיינמאל געבן עפעס פאר מהרז"ל. בכלל איז נאריש צו טראכטן אז איינער פון זיי איז נישט קיין חסיד נאכדעם וואס ביידע האבן שוין אסאך געגעבן פאר מהר"א בגוף ובממון. מאיר הירש האט אויסגעלייגט דערווייל איבער 10 מיליאן דאלער פארן בית השחיטה. און ווען עס קומט אריין געלט נוצט ער עס גראד צו פארבעסערן די בית השחיטה מיט נייע מאשינען און צובויען נאך שטיבער וכו' און פאר די מוסדות. דודהאט שוין אויך אסאך געלט געגעבן און ער האט(גערעכט צו אומגערעכט) זיך פארשעמט און געליטן פאר זיין רבין. ביי די רביצין שול און ביי אסאך זאכן. סא ווען עס ווערט א מחלוקה מיינט נישט אז איינער איז א מתנגד. און צו די וואס פרייען זיך מיט די מחלוקה (די וואס שרייבן "למכה מצרים בבכוריהם") פון מחלוקה'ס קומען רח"ל מחלות און צרות. און ווי צדיקים האבן געזאגט ליידט נישט נאר די וואס קריגן זיך נאר אנדערע יודן אויך רח"ל. סא ווען איינער פריידט זיך אז מען שלאגט זיך ביי יודן(יא! צו איר ווילט צו נישט זענען מיר יודן און נישט קיין מצריים...) ברענגט עס ח"ו קטרוגים
נשלח ב-7/9/2010 07:07
מאיר הירש איז געוווען אנהייב זימער אויף שבת און וויליאמסבורג פאר א משפחה שמחה און מען האט געדאווענט און ראדני, מאיר הירש האט באקימען אן עלי', ער האט געשנדר'ט פינף הונדערט טאלער פארן בית המדרש גזילה (ראדני), דערנאך האט ער געגעבן די הענט פארן רבי'ן שליט"א, איך בין אים דן לכף זכות אז ער האט געמיינט אז דאס איז רא"ט
נשלח ב-6/9/2010 22:50
ס'איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז טראץ דא אויף היידפארק קוקט אויס ווי דער עולם שטיצט זייער מאיר הירש קעגן דוד עקשטיין, אבער רעדנעדיג די לעצטע פאר טאג מיט אהרונים זענען זיי אלע זייער שטארק מיט דוד'ן, זיי האלטן אז מאיר הירש איז ממש א שונא פאר זייער רבין, אזש מאנכע זאגן גאר אז ער איז נענטער צו ר' זלמן לייב ווי צו ר' אהרן - אידילאגיש.
דאס איז חוץ וואס עס קומט יעצט ארויף אויפן אויבערפלאך וואס א לוזער ר' אהרן איז, אז ביי אים אין די קאמפאני רייסט מען זיך ביי די קעפ, און אלעס פייפט אויפן רבי'ן. צו איז דאס דער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג פרשה, צו די פרישע קריגערייען ביי די וויליאמסבורגער קהלה א.א.וו.
תוקן על ידי המהדרין ב- 06/09/2010 22:33:56
נשלח ב-3/9/2010 23:14
WOW! דער רינדעכיגער אהרוני האט געכאפט אן אטאקע און דער אלץ ווייסער יראים שרייט צוריק אויף די העכסטע טענער, זעט אויס אז די קליינע קינדער טארן נישט וויסן פונעם בריוו, ווי דוד אליין שרייבט אינעם נ.ב., און יעצט אז עס האט געליעקט טראגן זיי עס נישט דורך.
איך האף נאר אז רינדעכיגער האט געשיקט א העתק לכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א...
נעכטן נאכט ביי די שבע ברכות פאר ר' געציל בערקאוויטש אין קרית יואל, האט זיך דוד עקשטיין געזעצט אויף א באזונדערע טיש פון מאיר הירש, זאגענדיג אז איך וויל יעדער איינער זאל וויסן אז דער בריוו איז נישט געווען א פארמאלער, נאר איך בין באמת בייז אויף אים.
דערווייל ווארט מען צו זען אויף וועמענס זייט ר' אהרן וועט זיך שטעלן, עס איז מער מסתבר לצד דוד עקשטיין ווייל דוד איז א רעכטער פאטריאט און דזשיהאדיסט, משא"כ מאיר איז זייער א מעסיגער און קיינמאל נישט געווען פארברענט פאר ר' אהרן.
למכה מצרים בבכוריהם - כי לעולם חסדו!
נשלח ב-3/9/2010 18:36
מסתם גייט מאיר הירש דעם שבת קויפן חמישי פאר דוד עקשטיין און דוד עקשטיין וועט צוריקקויפן מפטיר פאר מאיר הירש...
נשלח ב-3/9/2010 18:27
kj1234 כתב:
סאיז אזוי אמת ווי אז משה גבאי מיט שמואל ט"ב שלאגן זיך ארום