בית פורומים אידישע געדאנק

וואס זאגט איר צי פרעזידענט אבאמה יר"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/9/2010 22:13 לינק ישיר 
וואס זאגט איר צי פרעזידענט אבאמה יר"ה

איך מיין אז זיין מצב אין איין ווארט איז "אזוי גיט ווי די מזל איז עם געגנגען פאר די וואלן אזוי שלעכט גייט עם יעצט די מזל " וואס זאגט איר דערצו?


( מיר מיזן נישט אייביג רעדן נאר אידישע פאליטיק לאמיר רעדן אביסעלע גוישע פאליטיק)



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 06:25 לינק ישיר 

איין אראבישע קלויסטער אין מאנהעטן רעדט מער ווי טויזענט ווערטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 20:50 לינק ישיר 

ער איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט אזוי מיאוס ציגעפיקסט די ציונים. און אראפגעזעצט די ציווילדעוועטע קינדער צום פארהאנדלונגס טיש. יעצט דארף מען האפן אז ער וועט ווערן מער (אדער ווייניגסטנס נישט ווייניגער) פאפולער. וואס וועט אים ברענגן מער כוח צו צווינגן די ציונים דורכצופירן זאכן מכוח אל הפועל. וואס דאס וועט בעז"ה פארמינערן די אראבישע רציחות רח"ל. און נאכדעם דארף מען מתפלל זיין אז די בני ישמעאל זאלן טאקע אויפהערן מיט זייערע רציחות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2010 23:24 לינק ישיר 

"די צייטונג" האט געהאט אן אינטערעסאנטער באשרייבונג לעצטע וואך (פר' נצו"י) "וואס וויל מען פון אבאמא"? ס'איז כדאי אדורכצולייענען.

ס'איז בלויז מיאוס'ע שנאה פון צעווילדעוועטע מענטשן. איך וואונדער מיך צי ס'איז שוין אמאל געווען אין די אמעריקאנע היסטאריע אז מען זאל אזוי פיינט האבן און באשמוצן א פרעזידענט? וואס ער זאגט נאר איז נישט גוט?? א גאנצע פארטיי (טיי) זיך געגרינדעט נאר צוליב די טיפע שנאה?

תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 07/09/2010 00:08:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 23:27 לינק ישיר 

אזוי גייט עס אין פאליטיק ווען בוש איז געווען פרעזידענט איז אויך אזוי געווען די דעמיקראטן האבן זיך מחיה געווען מיט יעדע סאלדאט וואס סאיז געשטארבן אין מלחמה זיי האבן געהאלטן דעם בוש פארן טייוול אליין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2010 00:26 לינק ישיר 

דער דיפערענץ אין אונזער אבאמא יר"ה קעגן אנדערע איז,
אבאמא האט גארנישט ספעציעל וועגן זיך אליין, דאס הייסט ער האט נישט קיין יחוס עצמו, נישט קיין יחוס אבות, נאר אדרבה א געזונטע קופה של שרצים, ער איז א שווארצער, ער שטאמט פון א שרעקעדיגע רעליגיע, ער האט זיך גע'חבר'ט מיט שלעכטע חברים, 'געהאט' א מיאוסן רבי'ן, און נאך און נאך וכו', (אפילו אויב די זאכן זענען נאר קאנספיראציעס, אבער א שווארצן פלעק איז עס ביי יעדן, למיחש מיהא בעי...), איז כדי ער זאל הייסן גוט, מוז ער 'טאקע' זיין גוט.
משא"כ די אנדערע פרעזידענטן....
... תוקן על ידי - חמץ_גמור - 07/09/2010 00:27:32

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2010 03:23 לינק ישיר 

הטוב_שמך כתב:
"די צייטונג" האט געהאט אן אינטערעסאנטער באשרייבונג לעצטע וואך (פר' נצו"י) "וואס וויל מען פון אבאמא"? ס'איז כדאי אדורכצולייענען.

ס'איז בלויז מיאוס'ע שנאה פון צעווילדעוועטע מענטשן. איך וואונדער מיך צי ס'איז שוין אמאל געווען אין די אמעריקאנע היסטאריע אז מען זאל אזוי פיינט האבן און באשמוצן א פרעזידענט? וואס ער זאגט נאר איז נישט גוט?? א גאנצע פארטיי (טיי) זיך געגרינדעט נאר צוליב די טיפע שנאה?

תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 07/09/2010 00:08:31

די חילוק צווישן אבאמא און אנדערע פרעזידענטן און ער האט אזויפיל שונאים איז ווייל ער האט 2 גרופעס פון שונאים 1) די ווייסע ראסיסטן 2) די אמעריקאנע ציונים וואס האבן אים נאך אפשר מער פיינט ווי די ראסיסטן. און בוש און די אנדערע האבן נאר געהאט א"חלק" פון די קעגנערישע פארטיי וואס האט אים פיינט געהאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2010 22:01 לינק ישיר 
President Obama In Video Greeting for Rosh Hashanah

* width="580" height="360"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וואס זאגט איר צי פרעזידענט אבאמה יר"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext