|
|
| נשלח ב-3/9/2010 23:16 |
|
| |
פרישע היפאקראטיע, מוסרים ומסרבים שיקן הזמנה פין בית יוסף
די היפאקריסי פין די מוסרים ומסרבים והולכים בערכעות איז אין לשער
יעדער געדענקט ווען קהל האט זיי געשיקט די ערשטע הזמנה האבען זיי געדונגען א טוען ער זאל גיט אריינקוען אין דעם דיון צו זעהן וואס פאר א טשאנסען זיי האבען
{זיי זענען שפעטער הערשט אויפגעקומען מיט אלע משכיל'שע תהליכי הקהילה געמויזעכטס}
פארשטייט זיך אז זיין ענטפר איז געווען ''לאסט קעיס'' נישטו קיין שום וועג פארוואס זיי זאלען קענען האבען די גניבה ע''פ תורה
נו וואס איז געווען די ערשטע שריט,
מען האט געמאכט א גענעראל פארזאמלונג אין ברכה סימא ווי דער טוען האט זיך אויפגעשטעלט אן קיין בושה אין אראפגעריסן די בית דין ווי קלים וריקם אין זייער הזמנות האט נישט קיין תוקף וכו'
צווישען אנדערע האט ער געשריגן אז אפי' קיין טרינק וואסער טאר מען ביי זיי נישט טרונקען, וכו' (מען טאר נישט נאכברענגן גאנצע טעקסט)
אלעס צו פראבירן צו טעראזירן די בי''ד זאל זיך ארויסלאזען פין די קעיס
די איבריגע דארף איך קיינעם נישט פארציילן אין אפי' היינט ווען די שופט צו וועם זיי האבען זיך געוואנדען שיקט זיי צו די''ת זענען זיי נאך אלס מסרב ליידער אין מחלל ש''ש ר''ל
יעצט 10 יאר שפעטער ווען זיי שלאגען זיך מיט א שכן פין זייער לאט אין ב''פ ניצן זיי גאר דעם זעלבן ''בי''דץ בית יוסף'' צו שיקען התראות פאר זייער בעל דין מיט וועם זיי שלאגען זיך
דאס איז שוין נאכדעם וואס גאביוו'ס בית דין איז געווארען זייער תהליכה הקהילה דיינים אין ב''פ
א שאד אז יענער ניצט נישט זייער טוען ער זאל זיי זאגען וואס דער בית דין איז לפי שיטתם
ביי אזעלכע שקרנים איז היפאקריסי נישט קיין חידוש!
תוקן על ידי היראים ב- 03/09/2010 23:21:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2010 00:00 |
|
| |
אויף וואס איז שייך צו רופן יענעם צו דין תורה? פין ווי קענען זיי אויפווייזן אז ער רופט די בילדינג דעפארטמענט?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2010 01:33 |
|
| |
עס איז מיר געווען אנגענעם צו ליינןע ווי א אפיציעלער ניק פין זאלי פארום באפאלט מיר ליינט זיין אינהאלט
גיי לערן מיט א גוי ברטנורא
דער עם הארץ ווייסט נישט אז ביי דין תורה פון קהל יטב לב וומ"ס מיט 9 יאר צוריק האט מען געדארפט דן זיין איבער דעם כח ההנהגה פון סאטמארער רבי'ן בעל ברך משה, צו ער האט א שטערקערן כח ווי די קהל'ס לייט (און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין געריכט איז דאס געווען די אישו), דעריבער האט מען מיט נארמאלקייט גענטפערט אז אזא זאך באלאנגט נאר צו א בי"ד וואס פארשטייט תהלוכות הקהלה.
אבער ווען מ'רופט איינעם צו א דין תורה פאר'ן מסר'ן, איבער א פריוואטן געלט סכסוך, א איד וואס טראגט אריין טאג איין טאג אויס פרישע מסירות, איז גוט סיי וואספארא בי"ד כשר.
אויסער דעם ביי קהל יטב לב וומ"ס די"ת האט זיך גערעדט פון צווי צדדים סאטמארער קהל'ס לייט וועלכע זענען געווען כפוף עפ"י תורה צו די דייני הקהלה, אבער דא אין ב"פ ביי דעם בוי-לאט סכסוך איז דער צד השני דער מסור נישט קיין סאטמארער כלל וכלל, אדער ער איז נישט כפוף אטאמאטיש צו די דיינים פונעם צד המזמין לדי"ת.
אזעלכע שטותים צו שרייבן
ראשית: פין די טענות אין קארט קענסטו נישט זעהן וואס די הלכה'דיגע טענות זענען געווען, די געזעץ אין אנדערש ווי להבדיל די תוה''ק אין יעדער שטעלט אויס די טענות ביי דין תורה לויט די שו''ע אין להבדיל אין קארט לויט די געזעץ.
אין האבען דען די זאלי'ס א אנדערע תורה וואס נאר זיינע דיינים קענען די דינים דערפון,
קהל האט גערופן צו דין תורה לויט די שו''ע ביי סיי וועלכע נייטראלע בית דין אדער ''זבל''א'', זאל עס אפי' זיין סאטמערע דיינים, אבער נישט קיין פולער פעיראל בית דין וואס ווערט באצאלט דורך ענק אין האבען שוין געזאגט זייער מיינונג בכתב פין פאראויס, אין זיי זאלען זאגען ווער זייער ראשי קהילה זענען???? קוקט דאך שוין באלד אויס ווי סדום.
אין זייט ווען זענען ביידע צדדים געווען כפוף אינטער ענקערע דיינים? א דיין וואס קען שרייען אויף יענעם קשר בוגדים נאר ווייל די ראשי קהילה האבען געהאלטן אז דער גבאי אדער צווייטער אויסווארף האט נישט די כח אים ארויסצוווארפן פין קהל, אן אפי' אויסהערן זייערע טענות אינטער אזא דיין קען מען זיין כפוף? (דאס איז געווען נאך פאר מען האט געשיקט די ערטשע הזמנה אין אוודאי פאר מען איז אריין אין געריכט)
והעיקר: די ענטפרסט נישט אויף די עיקר
ווייל לויט די ווערטער וואס ענק האבען געשריגן ביי די דרשות פין יענע גענעראל פארזאמלונג באשטייט דאך דער בית דין פין קלים ורקים, (ח''ו) נו פארוואס זאל ענקער בעל דין זיך וויסענדיג מאכען ווען ענק שיקען א הזמנה פונעם זעלבןן בית דין ווען אייער אנטווארט אויף 'זייער' הזמנה איז געווען 'קלים ורקים'....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2010 03:21 |
|
| |
דער אפיציעלער ''סוג'' קייט איבער זיינע שטותים אין א פרישע תגובה אין זאלי פארום מיט די משכיל'שע אויסרייד פין תהליכות הקהילה
קודם כל דא איז נישט די רעדע פין תהליכות הקהילה - וואס וואלט געדארפט א אשכול פאר זיך
דא איז די רעדע אויב מען דארף זיך וויסענדיג מאכען - לשיתכם - פין א הזמנה פין ביד''ץ בית יוסף צו נישט
דא איז די רעדע אויב א גזלן הנתבע לדין מעג זיך אויפשטעלן ברבים אראפרייסען אזוי נידריג א בי''ד המזמין בלויז ווייל קיין אנדערע טשאנסן צו געווינען האט ער נישט
אין לייקען נישט די אינהאלט פין פ' דרשה ווייל ענק האבען דעמאלטס ארויסגעבן די טעיפ, כ'האב עס נישט יעצט ביי די האנט אבער אז איינער האט עס זאל ער ביטע פאוסטן
נאר אויף דעם איז די תירוץ ''הא לן והא להו''... ווענד זיך ווען דער תובע אין דער נתבע איז.
פינקט ווי מסר'ן מעגן נאר ענק אזוי אויך תובע זיין לדין מעגן נאר ענק אין אזוי אויך רופן אין קארט מעגן אויך נאר ענק אפי' אין א פאל וואס ענק האבען נישט קיין שום היתר בית דין
נאכמאל ווייל: הא לן והא להוא
צו זיין איבריגע שטותים:
איך וויל שוין פרעגן דעם 'סוג' לשיטתו
פארוואס האט מען אין ב''פ געמעגט גיין צו דעם ספרד'ישן גביוף דארט זענען דאך אויך געווען די דיון אויפן זעלבן מין סוכסוך ווי קהל,
ד''ה ביידע צדדים האבען געטענה'ט אז זיי זענען די הנהלות המוסדות, אין פארוואס איז נישט שייך די משכילישע טענה פין תהליכות הקהילה?
פארוואס אין באבאוו, וויזניץ, אא''וו נישט בייגעפאלען פארן צד הנתבע דעם משכילישן אויסרדיין פאר סירוב לדין פין ''תהליכות הקהילה''
אין וויאזוי קען זיין א תירץ פאר סירוב לדין ''תהליכות הקהילה''
אויב ע''פ הלכה קען זיין אזא מין אויסדרייד דאן פארוואס האט איר מורא געהאט פין קהל'ס הצעה אז מען זאל זעצן א בי''ד של זבל''א אין זעהן אויב לויט די שו''ע איז פארהאן אזא טענה....
נאכדערצו ביי א דיין וואס האט שוין געשריבן א פסק שלא בפני בע''ד אן ניטעמאל אויסהערן די טענות פין די אנדערע צד.
אין דאס וואס די שרייבסט וועגן קשר בוגדים, ביזטו א קלארע שקרן במילתא דעבידא לגלי'
ווייל פ' ויחי' האט דער דעמאלטסטיגער סגן ראה''ק בוגד געווען בשליחתו אין גערופן דעם ראה''ק זאגען בשם דער משתב''ק וכת דיליה אז ער איז ארויסגעווארפן
אין א' שמות איז געווען די גרויסע קהל'ס מיטינג מיט רוב ראשי הקהילה
אין ה' שמות איז ארויסגעקומען דעם פאשקעוויל פין קשר בוגדים נאך פאר עס איז אפי' געווען א רעדע פין שיקן א הזמנה
אין זייט ווען איז די סאטמארע קהילה כפוף אינטער רז''ל פילאף אין רש''ל וו''ב, זיי זענען ס''ה געווען מוצי''ם אין לאלאלע שולן אין האבען נישט געהאט קיין שום אפיציעלער כח אויף די חברי הקהילה, (עכ''פ פאר די וואס דאווענען נישט אין יענע שולן אוודאי נישט) די אלע אנדערע היידפארק אדער דער איד טיטלון ווי דומ''ץ אדער חבר בד''ץ איז פאברעצירט געווארען שפעטער.
אפשר האבען ר' שלמה זאבעל מיט ר' שלמה הערש סופר אויך א כח אויף גאנץ קהל אין קרית יואל?
אז ענק האבען געגרינדעט פאר די פראפגענדע א גראב''ד נאך די דורכפאל פין גאב''ד ירושלים ווערט נאכנישט יעדער נכנע אינטער זייער מרות.
תוקן על ידי היראים ב- 06/09/2010 03:26:19
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2010 22:15 |
|
| |
פין אישי האסט אויסגעלאזט דעם יסוד ביי די"ת אין כל העולם אז ווען מאיז דן ווער סזאל צאלן די פעיראל (און פאר וועם ) איז ניטאמאל א ליצנות צו רעדן אז זיי זאלן קענען פסקנען חוץ מזה זענען זיי שוין פסול להלכה אפי' ביי אן אנדערע בי"ד נאכן זאגן א מיינונג פארן הערן די צדדים חוץ מזה איז מה נשתנה בני ברק און בארא פארק? וואו איז פארשוואונדן געווארן די תהלוכת הקהלה??
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|