בית פורומים אידישע געדאנק

גיי לערן מיט א גוי ברטנורא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/9/2010 14:34 לינק ישיר 
גיי לערן מיט א גוי ברטנורא

דער ניק "היראים" שרייבט אין "כל העולם כולו"

"פרישע היפאקראטיע, מוסרים ומסרבים שיקן הזמנה פין בית יוסף

 

די היפאקריסי פין די מוסרים ומסרבים והולכים בערכעות איז אין לשער
יעדער געדענקט ווען קהל האט זיי געשיקט די ערשטע הזמנה האבען זיי געדונגען א טוען ער זאל גיט אריינקוען אין דעם דיון צו זעהן וואס פאר א טשאנסען זיי האבען
{זיי זענען שפעטער הערשט אויפגעקומען מיט אלע משכיל'שע תהליכי הקהילה געמויזעכטס}
פארשטייט זיך אז זיין ענטפר איז געווען ''לאסט קעיס'' נישטו קיין שום וועג פארוואס זיי זאלען קענען האבען די גניבה ע''פ תורה
נו וואס איז געווען די ערשטע שריט,
מען האט געמאכט א גענעראל פארזאמלונג אין ברכה סימא ווי דער טוען האט זיך אויפגעשטעלט אן קיין בושה אין אראפגעריסן די בית דין ווי קלים וריקם אין זייער הזמנות האט נישט קיין תוקף וכו'
צווישען אנדערע האט ער געשריגן אז אפי' קיין טרינק וואסער טאר מען ביי זיי נישט טרונקען, וכו' (מען טאר נישט נאכברענגן גאנצע טעקסט)
אלעס צו פראבירן צו טעראזירן די בי''ד זאל זיך ארויסלאזען פין די קעיס
די איבריגע דארף איך קיינעם נישט פארציילן אין אפי' היינט ווען די שופט צו וועם זיי האבען זיך געוואנדען שיקט זיי צו די''ת זענען זיי נאך אלס מסרב ליידער אין מחלל ש''ש ר''ל


יעצט 10 יאר שפעטער ווען זיי שלאגען זיך מיט א שכן פין זייער לאט אין ב''פ ניצן זיי גאר דעם זעלבן ''בי''דץ בית יוסף'' צו שיקען התראות פאר זייער בעל דין מיט וועם זיי שלאגען זיך
דאס איז שוין נאכדעם וואס גאביוו'ס בית דין איז געווארען זייער תהליכה הקהילה דיינים אין ב''פ

א שאד אז יענער ניצט נישט זייער טוען ער זאל זיי זאגען וואס דער בית דין איז לפי שיטתם


ביי אזעלכע שקרנים איז היפאקריסי נישט קיין חידוש!"












דער עם הארץ ווייסט נישט אז ביי דין תורה פון קהל יטב לב וומ"ס מיט 9 יאר צוריק האט מען געדארפט דן זיין איבער דעם כח ההנהגה פון סאטמארער רבי'ן בעל ברך משה, צו ער האט א שטערקערן כח ווי די קהל'ס לייט (און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין געריכט איז דאס געווען די אישו), דעריבער האט מען מיט נארמאלקייט גענטפערט אז אזא זאך באלאנגט נאר צו א בי"ד וואס פארשטייט תהלוכות הקהלה.


אבער ווען מ'רופט איינעם צו א דין תורה פאר'ן מסר'ן, איבער א פריוואטן געלט סכסוך, א איד וואס טראגט אריין טאג איין טאג אויס פרישע מסירות, איז גוט סיי וואספארא בי"ד כשר.



אויסער דעם ביי קהל יטב לב וומ"ס די"ת האט זיך גערעדט פון צווי צדדים סאטמארער קהל'ס לייט וועלכע זענען געווען כפוף עפ"י תורה צו די דייני הקהלה, אבער דא אין ב"פ ביי דעם בוי-לאט סכסוך איז דער צד השני דער מסור נישט קיין סאטמארער כלל וכלל, אדער ער איז נישט כפוף אטאמאטיש צו די דיינים פונעם צד המזמין לדי"ת.




תוקן על ידי המהדרין ב- 05/09/2010 20:19:16




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 02:58 לינק ישיר 

דער בהמה "היראים" שרייבט דארט ווייטער אז א די"ת גייט נישט לויט די חוקי העכו"ם, דערמיט וויל ער אויפוויזן אז בדי"ת וואלט געווען די אישו אן אנדערער ווי תהלוכות הקהלה


ער פארגעסט נאר אז זייערע טענות וואס זיי האבן געוואלט טענה'ען בדי"ת איז א גרויסע טייל געדרוקט  געווארן און דארט זעט מען אז די גאנצע טענות זייערע באשטייט אויף תהלוכות הקהלה די שטאטוטן, און כח הציבור קעגן מרא דאתרא אין סאטמאר במשך אלע יארן.

און דעריבער איז זייער גוט אז מ'האט געפאדערט דייני הקהלה אדער רבנים וואס קענען תהלוכות הקהלה ווי דער ראב"ד האט געזאגט ביי זיין דרשה אז אזוי האט מען זיך געפירט אינדערהיים.


אבער דא ביי די אייזנער מסור סקאנדאל איז עס א פריוואטע די"ת וואס עס האטנישט צו טאן מיט צנהגים און תהלוכות נאר מיט הל' מסירה.און אויף דעם איז גוט יעדער בי"ד כשר, עס האט קיינער נישט מטיל דופי געווען און אויסגעהאלטענקייט פונעם בי"ד "בית יוסף" נאר אינעם וויסענשאפט זייערע פון די תהלוכות קהילת סאטמאר.


דריטענס ביי די וומ"ס די"ת איז בערל פר"מ מיט יצחק ר"ב וכו' געווען כפוף אונטערן סמכות פון די דיינים צו זיי ווילן יא צו נישט, ווייל די זענען געווען מינויי קדושה פון מרן בעל הברך משה.און אפילו זיי האבן שפעטער נאך ווען די אויבערדערמאנטע פר"מ מיט ר"ב האבן מסרב געווען לדין האבן די דיינים באטיטולט מיט קשר בוגדים, מאכט עס זיי נאכנישט פסול עפ"י הלכה, ווייל די הלכה איז אז זיי קענען מושיב זיין אנדערע תחתיהם.

דאקעגן אין ב"פ איז דער אייזנער בכלל נישט משועבד צו די סאטמארער דיינים, עס איז נישט קיין קהל'ס די"ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 03:47 לינק ישיר 

אגב, אין וועלעכן חלק משנה ברורה איז הלכות תהלוכי הקהלה?, מיט אזעלעכע נארישע פשעטלעך, איז דער בית החיים ביד האהרונים, דאס בית המדרש פון די רעבעצין ז''ל איז פארשפארט, די סוכה האט איר נישט ווי צו מאכן, און ליטל ביי ליטל פארלירט איר אלעס, און דאס איז בלויז מיט די טפשותדיג תהלוכי הקהלה פשעטלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2010 21:59 לינק ישיר 



משה'לע 

ליין גוט איבער וואס דער סאטמארער ראב"ד שליט"א האט געזאגט ביי אינערליכע דרשה פאר עסקנים ג' כי תצא תשס"ב



בסיגוט היה אצל הקדושת יו"ט ז"ל שאחרי פטירתו של הייטב לב זצוק"ל, שראשי העיר רצו להצטרף כחבר מן המנין אצל ה"לשכה הארטודוקסית"
(קאנצעליי), הייטב לב ז"ל לפני פטירתו ציווה ואמר שהוא מבקש שהעיר סיגוט יתחברו ויצטרפו ל"לשכה הארטודוקסית" (קאנצעליי), הספרדים בעיר סיגוט התנגדו לזה בכל תוקף, ובאו בטענה ובתואנה שהדבר אינו רצוי להם כי הם אינם מתנהגים במנהגי החסידים, אבל הקדושת יו"ט ז"ל לחם למען ההצטרפות כי אביו הייטב לב זי"ע ציווה זאת, ועקב חילוקי הדעות נתהווה סכסוך גדול, והספרדים רצו לפסול את כל רבני אונגארין מלדון בדבר, וטענו כי כל רבני אונגארין "נוגעים", כי כל רבני אונגארין על קהילותיהם חברים ב"לשכה הארטודוקסית" (קאנצעליי).

על זאת הופיע מכתב קודש של כל גדולי רבני ואדמור"י גאליציה, ובראשם כ"ק הגה"ק האדמו"ר מבאבוב הראשון, רבי שלמה'לע ז"ל, שכותב במכתבו שרק רבני אונגארין יכולים לדון ולפסוק בדבר, ואמר בשעתו, שרק אלו היודעים והמכירים בצורך ובנחיצות העניין של "לשכה ארטודוקסית" יכולים לדון בדבר, כי רב המתגורר בפולין אינו יודע מה פירושו וטיבו של "לשכה ארטדוקסית" (קאנצעליי), ואינו מבין מה נחיצותו הגדולה, ורק אלו שמבינים את נחיצותו יכולים לדון בדבר, וכך סברו כל גדולי הרבנים, וחוות דעתם נדפס בספר מלחמת מצוה.

וגם בעניינינו, שר התורה הראב"ד של ירושלים, רבי ישראל יעקב פישר שליט"א כתב שדייני הקהלה כשרים לדון בדבר ולא יכולים לטעון נגדו טענת נוגעים.

וגם העמדנו והצענו ג' בתי דינים אשר אינם חברי קהל סאטמאר, בוודאי שיש להם שייכות לשיטת סאטמאר, כי מי אין לו שייכות לערליכע אידן ? לערליכע אידן יש לכל יהודי שייכות ? כל יהודי שהוא יהודי יר"ש יש לו שייכות ליהודים יראי ה'. כי אחרת יכולים לפסול כל הרבנים מלדון בדבר כי יש להם שייכות לשיטת סאטמאר.



תוקן על ידי סוג ב- 06/09/2010 22:01:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2010 06:05 לינק ישיר 

די קאנצעליי איז געווען די איינציגסטע פלאץ וואו מען האט געקענט באהאנדלען אזא זאך. ליידער זענען רוב קהלות חוץ זיי געווען אינטער די נעעלאגן. דא האבן מיר גענוג "ערליכע" בתי דינים חוץ ענקער "הייליגע" בי"ד. און בכלל האט די קאנצעליי נישט ארויסגעגעבן א בריוו קשר בוגדים פארן אויסהערן ביידע זייטן. און דער "ראב"ד" האט ארויסגעגבן זיין פסק פארן הערן. איז וויאזוי קען ער פסק'ן??? די תורה איז נישט קיין געים ווי מען קען "טשידן"!?!?! איז דא איין נארמאלע מענטש וואס זאל זאגן אז נאכן ארויסגעבן א פסק זאל נאך דער דיין זיין באגלייבט צו פסקן??????? איז די תורה ריח"מ'ס פריוואטע שפיל וואס ער קען טוען דערמיט וואס ער וויל??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2010 07:44 לינק ישיר 

פריינדליך

דער ראב"ד שרייבט צו נאך עפעס

"וגם העמדנו והצענו ג' בתי דינים אשר אינם חברי קהל סאטמאר" פארוואס פון דעם רעדסטו נישט?


צווייטענס, ארויסגעבן א פסק פון קשר בוגדים מיינט נאכנישט אז זיי האבן געזאגט א פסק אינעם עצם ענין ונידון הסכסוך, און אפילו יא איז די הלכה אז די דייני הקהלה קענען שטעלן אחרים תחתיהם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גיי לערן מיט א גוי ברטנורא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext