,Apnewsרב
איך ווייס נאך אלץ נישט וואס עטץ ווילטס דא... מ'פאבריצירט א מעשה און נאכדעם פרעג "אבער אויב עס וואלט געווען אמת וואלט עס פאררופן געווארן א פארלוסט??".... די מעשה הייבט זיך נישט אן און נאכמער, איך ווייס קלאר אז דער קעפטעין ווייסט פון דעם שם וואס 'עטץ' האטס ארויסגעלאזט... און גלייב מיר, עס וועט ענק נאר שאטן..
און אז מ'רעדט שוין, לאמיר דיר פארציילן א סוד... דער קעפטעין נעווינס איז קיינמאל קיין ארוני נישט געווען ביז... ער האט זיך נענטער באקענט מיט די זאליס/בנ"י..
ווען ער האט פערזענליך איבערגענומען די לייצעס נאך סארדזשענט היינס'ס טויט, האט ער זייער קלאר געמאכט פאר ר' משה לייב און פאר די ווילעדש אז ער גייט בשו"א נישט נעמען קיין צד און ער וועט זיכער מאכן אז אלעס פארט רואיג. אויף וואס ר' משה לייב מיט די ווילעדש האבן אים גענטפערט, " הלוואי, פון דיין מויל צו גאט'ס אויער".....
ביז... ס'האט זיך אונטערגערוקט די רעבעצן שול פרשה מיט די פראטעסטן אד"ג, האט ער דאן אנגעהויבן איינצוזעהן מיט וואספארא מטורפים ר' משה לייב ברויך זיך טעגליך ספראווען..
ועל כולם, איצט ביי דעם גארבעדזש מהפיכה ווי ער האט זיך פערזענליך איבערצייגט מיט וואספארא אומציוויליזרטע באנדיטן מ'טוט דא האנדלען.. דא האבן די זאליס/בנ"י געקראסט די ליין.. און ער האט באשלאסן ענק צו ענטפערן ווי מען ענטפערט פאר אנארכיסטן...
ס"ה: ער איז קיין פארטייאישער מענטש קיינמאל נישט געווען ער האט פשוט גענומען די צד פון די 'מענטשן' ווירסעס די 'הפקר יונגען' גענוי ווי דאס געזעטץ (וואס ער האט געשוואורן אז ער וועט פראטעקטן) פארלאנגט פון אים..
אלזא, קעפטעין נעווינס איז "דיער טא סטעי" ווי מ'זאגט, און עטץ האטס צוויי אפשענס.. הייבט'ס ענק אן אויפצופירן ווי נארמאלע ציוויליזירטע מענטשן און אז מ'האט א טענה פירט מען א נארמאלן דיאלאג. אדער פאקט'ס ענק פעק און פארט קיין צענטראל אפריקע.. ווי אזא ביהעוויער איז היפש טאלערירבאר...
אנטשולדיגט פארן מאריך זיין