אידן איבער די גאנצע וועלט וואס פאלגן נאך מיט אנגסט די אנטוויקלונגען אינעם שטאט קרית יואל פאר די לעצטע קרוב צו דרייסיג יאר, און ספעציעל תושבי קרית יואל פון אלע שיכטן און קרייזן, נעמען אויף מיטן גרעסטן פרייד די בשורה טובה וואס קרית יואל איז נתבשר געווארן אריינטרעטנדיג מיטן רעכטן פיס אינעם נייעם יאר שנת תשע"א הבעל"ט.
א גרופע פארמעגליכע בעלי בתים, אונטער די הדרכה פון גדולי הרבנים שליט"א האבן מחליט געווען אז גענוג איז גענוג!!! אלעס האט א שיעור! און איינער וואס זיין גורל איז אויסגעפאלן צו ווערן א איידעם אין דעם עטוואס אינטערעסאנטליכן שטעטל קרית יואל, מוז נאך נישט באוויינען זיינע קינדער בעפאר זיי ווערן נאך געבוירן.
דער מציאות אין ק"י איז היינט צוטאגס, אז איינער וואס שיקט זיין קינד אין אייננע פון די עקזיסטירנדע מוסדות'ער, ווייסט ער אז זיין זון וועט בכל אופן שהוא זיין פארמישט אין אומאנגענעמע אקטיוויטעטן. אדער וועט ער פראטעסטירן אקעגן דעם ביתו נאוה, אדער אקעגן די אומשולדיגע קאפלס וואס האבן חתונה אין היילענד מילס. אדער וועט ער ווארפן פאשקעווילן אויף די גאסן, אדער וועט ער ווארפן גארביטש... אידערוועי, טויג דאס נישט. אלה די אהרונים - ליין: דוד עקשטיין - ברצחנימו, ואלה די זאליס / בנ"י בנצחנימו -- מ'וועט זיי ווייזן!!!
איינער וואס האט געזוכט צו געבן זיינע קינדער א נארמאלן חינוך, האט נישט געהאט קיין געלעגנהייט דערצו.
אצינד איז ב"ה אנטשטאנען א געוואלדיגער שינוי לטובה.
די א.ד. גרופע, האט זיך גענומען פאר א ציל צו עפענען א פרישן מוסד אין קר"י. א "זרם הרביעי". וואו איינער וואס גלייכט אז ביי זיין שבת טיש זאל מען רעדן וועגן אלעם נאר נישט וועגן אהרונים/זאלונים/בני יואל, האט אצינד די מעגליכקייט דערצו.
ענדליך, מיט א "דילעי" פון פערציג יאר ווערט נתמלא דער רצון פונעם הייליגן מייסד ומכונן הקרי', רביה'ק מ'סאטמאר זי"ע, וואס האט זיך ווי באקאנט געאייסערט אז ער וויל אז אלע ערליכע קרייזן וואס לערנען נישט קיין עברית זאלן זיך קובע זיין אין דעם שטעטל, מיט זייערע אייגנארטיגע בתי מדרשים, קהילות, נוסחאות, מנהגים, און זעלבסטפארשטענדליך מוסדות התורה. ביזן היינטיגן טאג איז נישט געווען קיין מציאות דערפאר. מיט אט די התחלה, ווערט ערווארטעט צו מאכן קרית יואל מער צוגענגליך פארן ברייטן פובליקום, אז א נארמאלער מענטש זאל אויך וועלן אהערקומען.
דא האט איר א לינק צו די גרופעס וועבסייט:
תלמוד תורה דמאנרא
ווער ס'ווייסט עדישאנעל אינפארמעישאן בנוגע דעם ענין, ווערט געבעטן צו פאוסטן.