נעכטן זיצנדיג ביי די שבת שובה דרשה פונעם וויליאמסבורגער רב שליט"א אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואלבין איך נתעורר געווארן פון א ענין, איך האב געקלערט אפשר קען מען אויך דעם ציבור דא מעורר זיין.
די רב שליט"א האט דערמאנט וואס ווערט געברענגט אין שו"ע אז אין די עשי"ת ווער ס'איז א גאנץ יאר נישט נזהר אין פת פלטר, זאל עכ"פ די טעג יא נזהר זיין, און דער רב האט עס דערמאנט לגבי סעלפאן'ס אין ביהמ"ד וכו'.
איך האב דאן געכאפט א התעוררות, אונזער שרייבן דא האט נאך אזא דין ווי פת פלטר (אויב נישט ערגער, ווענדט זיך וואס מען שרייבט) אולי וואלט כדאי געווען זיך צוריק צו האלטן אין די עשי"ת פון שרייבן בכלל דא, און וועם ס'איז שווער, עכ"פ נישט שרייבן אנטקעגן סיי וועם ס'זאל נאר נישט זיין.
ובזכות זה נזכה לשנת גאולה וישועה ת'הא ש'נת ע'לית א'רצינו (ע'ם א'ליהו)
תוקן על ידי וואלןסח ב- 12/09/2010 16:56:57