בית פורומים כל העולם כולו

מודעה, בקשה, ואזהרה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/9/2010 17:46 לינק ישיר 
מודעה, בקשה, ואזהרה

היות במשך'ן זומער זענען פארגעקומען עטליכע מאל וואס עס זענען פארלעצט געווארן אויפן פארום די תקנות פון היידפארק בכלל און דער פארום בפרט, וואס האט גורם געווען שרעקליכן צער ועגמת נפש פאר פריוואטע מענטשן, דעריבער צום נייעם יאר וויל איך אויפפרישן די אלט-נייע תקנות וואס זענען אלעמאל אינפארסירט געווארן אינעם פארום, און וועלן פון היינט און ווייטער נאך שטרענגער אינפארסירט ווערן, אין שטארקער האפענונג אז דער מזהירין וועט זיין גענוג, און מ'וועט נישט דארפן צוקומען צום עונשין:

1) לא חרבה ירושלים אלא על שביזו בה תלמידי חכמים. דער פארום טאר בשום אופן נישט אויסגענוצט ווערן אלס פלאטפארמע פאר בזיון תלמידי חכמים, און דערמיט ווילן מיר צוריק אויפפרישן די תקנה וואס מיר האבן איינגעשטעלט דא אויפן פארום מיום הוסדה, אז מ'מוז שרייבן אויף יעדן מורה הוראה ורב ביהמ"ד דעם טיטל ר', יהי' מי שיהי'. א שרייבער וואס וועט זיך נישט קענען האלטן דערצו וועט ווערן אויסגעשלאסן פונעם פארום.

2) גיןוי שמות וועט ווערן אויסטערליש שטרענג אינפארסירט. דער מינדסטער רמז וואס קען עפעס אנדייטן אויף א ניק וואס שרייבט ערגעץ סיי וואו אויף היידפארק, אדער סיי וואו אויף די אינטערנעט (טוויטער, אנדערע פארומ'ס, וכדו'), אפגעזען ווער און וואס, וועט פירן צו א באלדיגע אויסשליסונג פונעם פארום.

3) דער פארום קען נישט און טאר נישט גענוצט ווערן פאר פאליטישע חשבונות צווישן פריוואטע מענטשן. אשכולות וועלכע וועלן אריבערגיין דעם דאזיגן גרעניץ וועלן ווערן אויסגעמעקט, און דער שרייבער באשטראפט.

4) יעדער מינדסטער רמז צו שמוציגע ווערטער אדער אויסדריקן, אדער א דערמאנונג צו שמוציגע געשיכטעס, וועט זייער שטרענג גענומען ווערן.

5) און בכלליות ווערט פארלאנגט פון די שרייבער צו נוצן דעם שכל הישר און מענטשליכער איינגעהאלטנקייט אין אלעס וואס ווערט דא געשריבן אויפן פארום. וואס איר וואלט נישט געזאגט ביי א קופקע אין ביהמ"ד דארף נישט געשריבן ווערן אויך אונטער די מאסקע פון א היידפארק ניק. אויב עס וועט זיך אויספעלן וועט די הנהלה זיין געצווינגען צו נוצן דעם שכל הישר אויפ'ן פלאץ פון שרייבער וועלכע וועלן עס נישט קענען אליין טון. ראו הוזהרתם.

בברכת כתיבה וחתימה טובה, ובתקוה אז דער קומענדיגער יאר זאל דער פארום גענוצט ווערן בלויז אויף גוטע זאכן ודברים העומדים ברומו של עולם, עד ביאת הגואל, בב"א.

מיט דאנק און שעצונג
בשמחה תמיד



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מודעה, בקשה, ואזהרה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext