דא אין קרית יואל איז דא ליידער א מענטאליטעט אז מ'גייט נישט ארויס שטומען אין א וואל טאג, ווייל מ'גייט סייווי פארלירן.
רבותי! לא עת לחשות! יעדער ווייסט וואס אנ"ש אין קרית יואל זענען אדורך די לעצטע יאר צייט, מיר דארפן זייער אסאך צוקומען צו די שטאטישע איסטאנצן און יעצט איז די צייט צו ארויסברענגן אונזער כח. עס איז נישט קיין רעדע פון געוואונען אדער פארלירן, עס איז א רעדע פון ווייזן אז די אלע קאנדידאטן וועלכע זענען אינדארסירט געווארן דורך די אלייענס זאלן באקומען אלע אונזער שטומעס. דעריבער נעמט אייך די פאר מינוט און גייט צו די שטום בודקעס מיט די גאנצע משפחה שטומען פאר אונזערע קאנדידאטן.
נשלח ב-14/9/2010 21:25
טייערע ברודער! אם לא עכשיו אמתי?!
מיר מוזן ווייזן פאר די דרויסענדיגע איסטאנצן אז מיר האבן א געוואלדיגן כח אין קרית יואל. לאמיר נישט זיין קיין צועקים לשעבר, נאר טאקע יעצט ארויסגיין יעדער העכער 18 יאר, דעמאקראטן צו רעפובליקאנער, און שטימען פאר די קאנדידאטן וועם די אלייענס האבן אינדראסירט!!!
נשלח ב-14/9/2010 19:15
1of 2-KJ Alliance: Democratic Ticket: Attorney General Sean Coffey, Us Senator Kristen E. Gillbrand, Member State Committee 97th District Thomas M. Kemnitz Sr.
2of 2-KJ Alliance: Republican Ticket: US SENATOR, Gary Berntsen-CONGRESS, Nan Hayworth-HIGHWAYS SUPERINTENDENT James A Gulick for information call 347-903-2223
זייט אזוי גיט אידן אין שיקט ארום די TEXT פאר אלע אייערע גיטע פריינט אין ק"י
בוסט 100% גערעכט ביי די וואלן פאריאר האבן אויך מענטשן געזאגט די זעלבע זאך מגייט נישט געווינען קיקט וואס סאיז געווארן מהאט געווינען אין נאר א דאנק דעם האט מען געקענט מאכן אינזער נייעם בית החיים אין באקימען די פערמיטן פאר די נייע בית רחל אין אזוי ווייטער
בכלל די תירוץ יא געווינען צי נישט איז נישט אמת די זאך איז ווען מגייט רעדן צי א פאלטישן דארפסטו עם ווייזן אז די האסט מענטשן זיי קיקן אינגאנצן נישט אויב די קאנדידאט וואס די האסט געהייסן שטימען האט געווינען ער קיקט אויף די נומבער מענטשן וואס האבן געשטימט צי וויסן אז די בוסט א ציבור מענטשן נישט ווי די מוסרים זאגן אז סאיז אפאר אנדרייערס אבער זיי האבן נישט קיין מענטשן
ממילא זייט נישט קיין צועק לשעבר אין גייט ארויס שטימען אין אזוי אויך די בני בית מיט די קינדער העכער 18
נשלח ב-14/9/2010 18:49
Satmar0: KJ Democratic Ticket: Attorney General Sean Coffey- Us Senator Kristen E. Gillbrand, State Committee Thomas M. Kemnitz- please send wifes