| נשלח ב-14/9/2010 19:26 |
|
| |
פרייליך אין וויליאמסבורג: ארי' לייב גלאנץ VS. יצחק ראזענבערג!
היינט קומען פאר פריימערי וואלן אין גאנץ ניו יארק, אין וויליאמסבורג שטיצן די אהרונים/יצחק ראזענבערג דעם דיסדריקט לידער קאנדידאט לינקלאן רעסלער, ווייל ער האט ארויסגעהאלפן מיט די ראז פלאזא פראיעקט. היינט אבער, פארט ארי' לייב גלאנץ ארום מיט א טראק און שרייט אז מ'זאל שטימען פאר ווארען קאהן, דער קאנדידאט וועלכער UJO שטיצט. דאס איז נאך א רינגעלע אינעם למכה מצרים בבכוריהם שפיל וואס קומט פאר לעצטענס ביי די אהרונים.
אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז ארי' לייב שרייט שוין מער נישט דאס יאר די געמיינע לשונות קעגן ר' משה דוד, אזוי ווי ער האט געטון פאר צוויי יאר צוריק. וד"ל...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2010 01:40 |
|
| |
רבותי, נעמט אריין אין קאפ, עס האט זיך געענדיגט די צייט וואס די פאר יחידים וועלן קענען אויסנוצן זייער פאליטישע מאכט בכדי צו אטאקירן און פארניכטן ווער עס שטייט אין וועג, די עסקנים ווי יעדער באמערקט האבן לעצטענס אינטערגענומען פארשידענע מיטלן אפצושטעלן די דיסקרימינאציע אנטקעגען אקטיווע עסקנים וועלכע ווערן עמטליך אטאקירט און ארונטערגעריסן בלויז צוליב פאליטישע אינטערעסן. יא! א יעדע שרייבער'ל דא קען לאזן הערן זיין מיינונג, און ערקלערן פארוואס גלאנץ שרייט פאר קאהן, און שלעזינגער שרייט פאר רעסלער, און די שרייבערלעך קענען פרובירן אנצוזייען כאאס, אבער ווער עס ווייסט איז דאס זייער נארמאל און פאליטיק, גלאנץ דארף אפגעבן זיין הכרות הטוב פאר קאהן, זייענדיג אין גאר נאנטע באציאונגען מיט זיין פאטער פאר לאנגע יארן, און שלעזינגער וועלכע זעהט לכאורה א גלעצענדע צוקונפט אין רעסלערן שרייט פאר לינקאלן רעסלער.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2010 00:20 |
|
| |
זיי קענען זיך נישט איינהאלטען זייערע געמיינע אינסטיקטען, און שיקן יעצט ארום שמיציגע ריקארדינגס קעגן די לעגענדארע עסקן און שתדלן הרה"ח ר משה דוד ניעדערמאן, גייטס ארויס שטומען אין די מאסן אפציענטפערן זייער געמיינע מעשים
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2010 23:42 |
|
| |
יעצט שרייט שוין ארי' לייב אין די גאסן בלויז אז מ'זאל גיין שטימען, ער זאגט נישט קיין נעמען פון די קאנדידאטן. וד"ל...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2010 21:16 |
|
| |
נאכן לייגן שיינע בילדער אין אלע צייטונגען ווי ר' אהרן זיצט און לאכט מיט ר' נחום רעסטלער, גייט זיין אייגענע מענטש, ארי' לייב גלאנץ, ארויס אין א אפענע מלחמה מיט ר' אהרן וועגן פאליטישע חשבונות וואס ער האט מיט זיין אפאנענטס טאטע סטיוו קאהן.
עס איז לאכעדיג צוצוקוקען די אהרונישע פליפ-פלאפ'עריי. אין בלאט און אפיציעל איבעראל שטיצט מען רעסטלער, אבער עכט דארף מען שטימען פאר קאהן, און ס'ענדיגט זיך נאך מיט אזא וד"ל...
עס איז צום האפן אז אלע פאליטישענס וועלן איינזען דאס ביליגקייט פון גרשון שלעזינגער/ר' אהרן טייטלבוים/יו.דזשעי. קעיר/יצחק ראזענבערג/חיים ווערצבערגער אז הכרת הטוב איז ביי זיי דאס לעצטע זאך. זיי מוזן זיין מיטן געווינער, ממילא ווער עס האט מער טשאנסען צו געווינען פאר אים שטימט מען סייווי, איז דאך ממש א שאד צו לעבן גוט מיט זיי.
פאר ווער עס ווייסט נישט, די גאנצע זאך פארוואס די אהרונים שטיצן שניידערמען איז ווייל ער האט געהאלטן גוט אין די פאל'ס ביז אפאר טאג צוריק, און זיי גייען דאך לשיטתם אז מ'דארף שטיצן דעם געווינער. למעשה האט אבער רייס די אויבערהאנט, דעריבער ארבעטן זיי אזוי שווער יעצט דער עולם זאל ארויסלויפן שטימען פאר שניידערמאן, זיי האבן אפילו רעגיסטרירט צענדליגער בחורים פון די מאנרא מתיבתא פאר אינדעפענדענטס זיי זאלן קענען וואטן פאאר שניידערמאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2010 20:11 |
|
| |
ארי' לייב איז נעכטן געווען אין הופער מיט ווארען קאהן אז מ'זאל שטימען פאר אים
תוקן על ידי SatmarNews ב- 14/09/2010 20:14:10
|
|
|
|
|