עזריאלע בג"ץ: רז"ל איז א גזלן!
עזריאל בג"ץ גליק האט דעם ראש השנה געמאכט גפערליכע יעלות אין ראדני, נאכדעם וואס רז"ל האט אים צו'גנב'עט דעם טלית פון רביה"ק זי"ע וואס עזריאל האט אים געבארגט.
פאר יאר פאר ראש השנה נאכדעם וואס קהילתנו הק' אין קרית יואל האט מחרים געווען עזריאל צוליבן גיין אין בג"ץ אין נישט וועלענדיג צוריק ציען, האט עזריאל אלס נקמה מער נישט געגבען זיין טלית פון רביה"ק זי"ע פאר מרן רבינו שליט"א, נאר ער האט עס געגבען פאר רז"ל, רז"ל האט זיך מחי' געווען דערמיט אין ער האט זיך איינגעוויקעלט דערין.
נאך די ימים נוראים האט עזריאל געבעטן אז מען זאל זיין טלית צוריק געבען, אבער רז"ל האט אים געזאגט אז ער דארף עס נאך, ער ניצט עס כסדר און גיט אכטונג דעראויף... אזוי האט געמאכט פורים מיט עזריאל א גאנץ יאר.
ויבוא ראש השנה עזריאל קומט אריין, ער זיצט שוין אויף זיין באנק אין שול אין ווארט, רז"ל קומט אריין מיט א גאר אן אנדערע טלית...! עזריאל ווערט ווילד ער לויפט צו צו צי רז"ל און שרייט, ווי איז מיין טלית, ער ענטפערט אים נא נו נא, שמואל טייטלבוים לויפט צו ער שלעפט אוועק עזריאל און פאנגט אים אן מסביר צו זיין אז מען האט עס געגעבען פאר די קלינערס יעצט פאר יו"ט אין די קלינערס איז נישט פארטיג געווארן....
עזריאל ווערט ווילד און שרייט ליגענערס גנבים גזלנים, משה גבאי שמואל ט"ב שמשון יעדער פרובירט אים צו שטיל מאכן, אבער עס גייט נישט, אזוי האט עזריאל אויסגעשריגען גאנץ יו"ט פאר זיין טלית, אבער ואנני זיין טלית איז מער נישט דא.
ליצים זאגן אז וועגן דעם דארף עזריאל די טלית ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס ער האט פון רבין זי"ע וואס איז אמת... חוץ דעם איז אלע זיינע מעשיות געבאקען.
 |
|
|