בית פורומים כל העולם כולו

שניידערמאן געווינט, רייס/קאפי פארלירן, שנעלער אנאליז.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2010 08:03 לינק ישיר 
שניידערמאן געווינט, רייס/קאפי פארלירן, שנעלער אנאליז.

אצינד נאך היבש אזא העפטיגע טאג אין די פריימערי'ס אין ניו יארק, ווי נידערמאן האט אזוי העפטיג קאמפיינט פאר די פרוי רייס, און זיין ביזעם פריינד / קעגנער זיגי בראך האט פרעזענליך ארומגעקאלט אין מענטשן בארא  פארק און אין אנדערע געגענטער אז מען זאל וואוטן פאר קאפי (אבי נישט צווישן אידן...), און ביי אנ''ש סיי אין קרית יואל, סיי אין וויליאמסוברג,בארא פארק און אזוי אויך אין די אנדערע געגענטער האט מען גאנץ ווייניג געזעהן אדער געהערט פארוועם ארויסצוגיין בכלל, שטעלט זיך ארויס א מורא'דיג בילד.


נידערמאן האט היינט צו וויפעלטען מאהל אין די לעצטע פאהר וואוט'ס פארלוירן מיט א לענסלייד!!!


און אפילו ווען די צענדליגער פראקציע'ס פון זאלי'ס / בני יואל / שארמאש / טשאטה / חרדים / וכו' וכו' מיט אלע שמות הנרדפים זאלען ווען יא זיין אויף איין שטעלע, וואלט עס לכאורה נישט אויסגעמאכט א פינטל פון א פראצענט אין די וואלן.


מיט'ן זינגען ניגונים אז עס איז "פרייליך אין ווילאימסבורג" און זיך פרובירן צו טרייסטן כאילו ר' ארי' לייב גלאנץ מיט ר' יצחק ראזענבערג שלאגען זיך ארום, קען מען קיין וואוט'ס נישט געווינען!


און אגב דער שרייבער'ל וואס איז געווען פארנומען אינעם קינדער-בעקעריי פורום אז רעסטלער איז געווען ביים רבי'ן, דער רבי נעמט אויף יעדן וואס נעמען ברכת קדשו און זענען טאקע ביידע לאקאלע וויליאמסבורגע קאנדיטאטן אריין אל הקודש פנימה ווי זיי האבן באקומען ברכת קדשו. און דוכט זיך פון ביידע איז געווען בילדער, נאר וואס דען? גיי טענה דיך מיט א חלה דעקל...
 
נייס טריי נידערמאן.


ווי פיעל יור פעין בראך.


א גוט געבענטשט יאהר.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 02:25 לינק ישיר 

זיגגי בראך האט נעכטען נאכט אראפגעפלאשט א מעלאנע זיכער, (כדרכו פין פלאשען מיליאנען מיט די קאפ אין וואנט אריין), ער איז געווען די הויפט ספאנסער פין די טעסטערטשויס קאפפי קאמפיין, אין ער האט באצאלט רוב קאמפיין, נאכדעם וואס דער קאפפי האט פאר אים פראזענדליך ציגעזאגט גאלדענע גליקען, מיט ענעקסעישען, אין אויך אז ער גייט גיט ציפיקסען אינזער הייליגע שטעטל וואס באדערט זיי אזוי נעבעך, אבער ב"ה אז די עסקני סאטמאר בכלל אין די הנהלת הקריה בפרט האבען געהאט גרויס סייתא דשמיא אין דער לאנג באקאנטער אידן פריינט "עריק שניידערמאן" האט אים גאר שטארק באזיגט מיט אריבער 110000 שטימען!!! וועם אלע חרדישע אידן איבער ניו יארק האבען פארשטאנען צי שטיצען א חוץ די צוויי ווערעמיגע גרופעס נידערמאן אין זיגגי ב"ה פאר דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 01:31 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 01:01 לינק ישיר 

סאררי איך ווייס נישט וויאזוי ארויפצולייגן א בילד.. קען אימיצער מיר אנווייזן ביטע? 
שכויעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 00:57 לינק ישיר 

מראשי הנהלת קרית יואל נעכטן נאכט מיטן אטוירני דזשענעראל קאנדידאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שניידערמאן געווינט, רייס/קאפי פארלירן, שנעלער אנאליז.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext