בית פורומים אידישע געדאנק

די אומבאזיגבארע ארוני פארטי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2010 18:19 לינק ישיר 
די אומבאזיגבארע ארוני פארטי

עס איז פאר קיינעם נישט געווען קיין איבעראשונג ווען די אהרונישע ווארלד-ווייד לוזערס האבן זיך דערקלערט נעכטן אלס די געווינער פון די נאכט, ווען די קאנדידאט וועם זייערע היץ קעפ האבן אינדארסירט פאר עטוירני זשענערעל האט געווינען די וואלן אין ניו יארק.

 

מיר זענען שוין אלע ציגעוואוינט אז ר' אהרן מיט זיינע געשוואוירענע נאכשלעפער זענען פארלירער-פרוף, און וויאזוי ס'זאל נאר זיין זענען זיי שטענדיג געווינער,

 

ווען פרעזידענט אבאמא האט געווינען די וואלן אין 08 איז עס געווען צי פארדאנקען די בלאט פראנט-פעיזש פיקטשער מיט יצחק ראזענבערג, און ווען שניידערמאן געווינט די עטוירני זשענערעל אמט מיט ארום פערצן טויזענט שטומען איז עס אויך נאר מיט די הילף פון די מיליאנען ארונים וואס האבן נישט באוויזן נעכט ארויסציברענגען -וויליאמסבורג מיט מאנרוי אינאיינעם- מער ווי ארום צוויי א האלב טויזענט וואוטס,

 

ווען מקוקט זיך אום ווער ס'זענען די ארונישע קאראפטירטע פירער -אייזיק מיט גערי ענד קא.- קען מען גלייך דערשמעקן מיט וועם מ'גייט צום טיש, איינער איז א לאנגיעריגע מסור מיט א פינסטערע רעקארד, און דער צווייטער אזא איינער וואס האט זיך אנגעפילט די טאשן מיט ציבורישע געלטער און קעמפט צו בויען דירות פאר ארטיסטען וואס וועט ציברעכן דעם שטאט.

 

א ערענסטע פאליטישאן זעהט גלייך מיט וועם מגייט דא צום טיש, נישט ארבייטן פאר די קאמיונעטי דארף מען צי באקימען די שטיצע פון די דאזיגע עלעמענטן. מ'דארף נאר גוט שטיין אין די פאלס עטליכע טעג פאר די עלעקשאנס, און זיין גענוג א גרויסע געווינער צו קענען גיין מיט אזאלעכע מעכטיגע אומבאזיגבארע געווינער ווי די ארוני פארטי.

 

אנדערש ווי ביי די לאנגיעריגע געטרייע עסקנים, איז הכרות הטוב און די ציבורס אינטערעסן קיינמאל נישט געווען א פאקטאר אין דער באשלוס ביי זיי וועם צי שטיצען, דער עיקר איז שטיין גוט אין די פאללס און א גיטע פיקטשער מיט קיצבייטייוועל רבי., און צום לעצט דער אנדערע קאנדידאט וועם די פאראייניגטע קהילות אין וויליאמסבורג שטיצן,

 

די מאכט הינגערע עעלעמענטן ביי וועם פאוער אין כבוד שפילט א הויפט ראלע אין זייער לעבן קענען פשוט נישט סובל זיין אזא קאליבער עסקן ווי הרבני החסיד ר' משה דוד ניעדערמאן, א אחריותדיגע און איבערגעגעבענע עסקן וואס האט א לאנגע רעקארד פון לייסטונגען פאר ציבור וואס דער גרעסטע טייל דערפון איז קיינמאל באקאנט געווארן פארן ברייטן עולם, און די איינציגסטע זאך וואס ער פארדינט דערפון איז פאר יעדע טובה וואס ער טוט באקימט ער צירוק צוויי שטיינער,

 

המשך יבא




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 20:31 לינק ישיר 

ווער האט געווינען די דיסטריקט לידער זיץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 18:45 לינק ישיר 

מיין קוק ווינקעל
 
אטורני דזשענעראל זיץ:
 
עריק שניידערמאן האט אפגעהאלטן א שטארקן זיג קעגן פרוי רייס, מיט אריבער 17 טויזענט שטימעס האט ער איר באזיגט. פארשטייט זיך אז די 17 טויזענט שטימעס איז פון די אהרונים וועלכע זענען די מערהייט פון די וויילער אין גרעיטער ניו יארק...
 
דיסטריקט לידער:
 
ווי שוין ערווענט איז פארגעקומען אינערליכע רייבערייען פון ארי' לייב גלאנץ VS. יצחק ראזענבערג, אזש אז די אהרונים האבן שוין געשפירט פאר וויכטיג זיך צו פארענטפערן, אז ר' אהרן האט אראפגענומען פון זיין טייערע צייט יעצט אין די הייליגע טעג, זיך צו טרעפן טאקע מיט ביידע קאנדידאטן... און אומ-אפיציעל טאנצן זיי אויף ביידע חתונות.
 
יורידיקציע באורד:
 
נאר וואס די אהרונים האבן שוין צום וויפילטן מאל באשלאסן אז "מ'גייט ווייזן" ווער עס איז בעל הבית אין וויליאמסבורג, און ווער ס'האט די מערהייט. האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט אז וויליאמסבורג איז מיט ר' משה דוד נידערמאן, און טראץ זייער העפטיגע קאמפיין פאר מאשקאוויטש איז ר' משה דוד ארויסגעקומען גאר א שטארקע זיגער מיט אריבער 3000 שטומעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די אומבאזיגבארע ארוני פארטי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext