בית פורומים אידישע געדאנק

ריזיגער קאָמפּלעקס געקויפט פאַר בית רחל ד'סאַטמאַר אין לאָנדאָן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/9/2010 23:23 לינק ישיר 
ריזיגער קאָמפּלעקס געקויפט פאַר בית רחל ד'סאַטמאַר אין לאָנדאָן

לאָנדאָן. — מיט אויסערגעווענליכע גרויסע עקסטאַז האָט דער חרדי'שער ציבור אין לאָנדאָן בכלל און חסידי סאַטמאַר בפרט אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה אַז די הנהלת בית רחל ד'סאַטמאַר אין לאָנדאָן האָט ב"ה מיטוואָך עשרת ימי תשובה אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט, אָפּצוקויפן אַ ריזיגן קאָמפּלעקס פון בנינים וואָס נעמט אין זיך אַריין העכער פופציג טויזענט סקווער פיס, וואָס קען אַנטהאַלטן 44 קלאַס צימערן, און געפינט זיך אין די מערסט צענטראַלע געגנט פון די חרדי'שע סטעמפאָרד הילל אין נאָרט לאָנדאָן, ביים שטח פון סטעמפאָרד הילל און נאָרטפיעלד ראוד.

מיט עטליכע וואָכן צוריק אין חודש אלול, בעת דעם מלכות'דיגן באַזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א אין לאָנדאָן, איז שוין אַרויפגעברענגט געוואָרן די געלעגנהייט פון אָפּקויפן די בנינים, און נאָכ'ן באַטראַכטן די געביידעס האָט דער רבי שליט"א מטכס עצה געווען מיט הרה"ח ר' אברהם יצחק קליין שליט"א פון די חברי הנהלת בית רחל ד'סאַטמאַר לאָנדאָן, וואו עס זענען אויך אָנוועזנד געווען די חשוב'ע משפחת בערגער שיחיו און די חשוב'ע משפחת גראָס שיחיו, אייניקלעך פון לעגענדאַרן איש חסיד ונדיב מרומם הרה"ח ר' געציל בערגער ז"ל וועלכע האָט געקויפט די אַלע בנינים פון סאַטמאַר אין לאָנדאָן.

דער רבי שליט"א האָט פאָרגעלייגט חוות דעתו הק' וועגן דאָס שטאַרקע נחיצות אָפּצוקויפן די בנינים פאַר די בית רחל, מ'זאָל קענען איינקוואַרטירן די מיידל שולע מיט הרחבת הדעת וואָס פעלט זיך אויס פאַר'ן מגדל זיין די בנות ישראל הכשרות על פי דרך אבותינו ורבותינו הק'.

זייענדיג געמוטיגט פון דעם רבי'נס פאַרלאַנג, האָבן די חברי הנהלת בית רחל אָנגעהויבן פאַרהאַנדלען איבער דעם מקח. אַלעס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין גרויס געהיימניס, כדי דער פּרייז זאָל נישט אַרויפגעצויגן ווערן, וואָרום אין די חרדי'שע געגנט פון סטעמפאָרד הילל הערשט אַן אומגעהויערע נאָכפראַגע און שטאַרקע נויט נאָך בנינים פאַר מוסדות. אויך ווען מ'איז אַריבער באַזוכן און אָנקוקן די בנינים איז עס געווען אונטער אַ שטרענגע געהיימניס. עס האָבן אַנטיילגענומען גרויסע סוחרים און פילאַנטראָפּען, אַ שטייגער ווי די פאַמיליע פון הרה"ג רבי מאיר גדלי' עסטרייכער ז"ל ר"מ בישיבת מתיבתא וסגן ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאַטמאַר לאָנדאָן און הר"ר יחזקאל שרייבער הי"ו, וואָס זיי האָבן אַסאַך יאָרן פון ערפאַרונג אין אַזעלכע סאָרט געשעפטן.

די הנהלת בית רחל, און אַלע וואָס זענען געווען פאַרמישט דערין, האָבן געזען אין דעם קאָנטראַקט-שליסן אַ געוואַלדיגע סייעתא דשמיא. ווייל עס מאַכט זיך גאָר זעלטן היינטיגע צייטן מ'זאָל קענען באַווייזן צו קויפן אַזאַ סאָרט קאָמפּלעקס פון בנינים אין האַרץ פונעם חרד'ישן געגנט אין לאָנדאָן, און ס'איז זיכער נאָר זכותו של אותו זקן מרן רביה"ק והטהור מסאַטמאַר זי"ע וואָס איז בייגעשטאַנען פאַר די חברי ההנהלה צו קענען דורכפירן און שליסן דעם מקח אין אַ גוטער שעה.

דעם מיטוואָך ווען די גוטע בשורה איז באַקאַנט געוואָרן צווישן אנשי שלומינו אין לאָנדאָן האָט עס אַרויסגערופן גרויס פרייד און עקסטאַז, און אין דעם איינעם טאָג האָבן שוין עטליכע ערנסטע נדבנים אויסגעדרוקט זייער גרייטקייט צו ווערן שותפים אין דער מצוה, דורך נעמען אַ חלק ניכר אין אויפשטעלן אַ יסוד פאַר אַזאַ בית חינוך לבנות על דרך המסורה לנו פון מרן רביה"ק זי"ע.

לויט'ן פּלאַן האָפט מען אַז כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א נשיא המוסדות וועט אי"ה אָפּשטאַטן אַ באַזוך אין לאָנדאָן דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט, כדי צו שאַפן די נויטיגע פאָנדן וואָס פאָדערן זיך צו קענען שליסן און גומר זיין דעם מקח בשעה טובה ומוצלחת.

ווי געזאָגט זענען די נחשונים לדבר מצוה געווען די אייניקלעך פון דעם באַוואוסטן נדיב און וועלט־באַרימטער זייל פון יהדות החרדית, הרב החסיד המפורסם בכל קצוי תבל בצדקת פזרונו ובמעשיו הכבירים למוסדות התורה והחסד, איש חי ורב פעלים, פּיאָנער און בויער פון מוסדות התורה אין די גאַנצע וועלט, הטפסר המרומם הרבני הנגיד החסיד הנכבד והמפואר מו"ה ר' אליקום געציל בערגער זִ"ל, וואָס מען שטייט יעצט פּונקט פאַר די 33'טע יאָרצייט פון זיין פטירה ערב יום כיפור תשל"ח.

ר' געציל בערגער איז ווי באַקאַנט געווען אַ יחיד במינו. אַ לעגענדע נאָך בחייו. אַ חסיד'ישער איד במלוא מובן המלה, אַ געווייקטער חסיד וואָס האָט זיך געפירט בחסידות, און דערצו אַ מופלג בעשירות. אַ דאַנק זיין עשירות מיט וואָס השיִ"ת האָט אים באַשאָנקען, איז ער געוואָרן איינער פון די עמודי התווך פונעם יהדות החרדית, און געשטאַנען צו דינסט און צו דער דיספּאָזיציע פון מרן רביה"ק זי"ע, און געהאָלפן דעם רבי'ן בגופו ובמאודו בויען די סאַטמאַרער אימפּעריע איבער דער גאָרער וועלט.

ווען מרן רביהִ"ק מסאַטמאַר זיִ"ע האָט שנת תשיִ"ט, און תשכִ"ה, באַזוכט לאָנדאָן, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, האָט ר' געציל ע"ה געהאַט די זכי' אָפּצוטרעטן זיין גאַנצע פּריוואַטע דירה, פאַרן רבי'ן זיִ"ע, און זיינע נאָנטע מקורבים און משמשים, וועלכע האָבן זיך אויפגעהאַלטן אין לאָנדאָן במשך פון 2 וואָכן. די גאַנצע צייט פונעם באַזוך איז ר' געציל'ס שטוב געווען דער בית ועד לחכמים, און די תפילות פון רביה"ק זי"ע זענען פאָרגעקומען אינעם בית המדרש וואָס ר' געציל האָט געבויעט.

עס איז מערקווערדיג אַז טאַקע דאָס לעצטע מאָל ווען רביה"ק זי"ע האָט באַזוכט לאָנדאָן אין שנת תשכ"ה האָט ער איידער'ן אַוועקפאָרן אויסגעדריקט רצון קדשו צו הרה"ח ר' געציל בערגער ז"ל מ'זאָל אויפשטעלן אין לאָנדאָן אַ בית חינוך לבנות על טהרת הקודש, און ר' געציל האָט עס טאַקע תיכף ומיד מקיים געווען ווי אַ געטרייער סאָלדאַט.

ערב יום הקדוש תשל"ח איז ר' געציל בערגער ע"ה נפטר געוואָרן בשם טוב ובשיבה טובה אין לאָנדאָן, אָבער דער שיין חסיד'יש און נגיד'יש דור וואָס ציט זיך פון ר' געציל בערגער ע"ה איז ממשיך מיט זיינע נאָבעלע וועגן.

און יעצט ווען מ'שטייט פאַר זיין יאָרצייט ולשמו ולזכרו הבהיר האָבן טאַקע זיינע חשוב'ע אייניקלעך די משפחת גראָס און משפחת בערגער שיחיו, די קינדער פון הרבני הנדיב החסיד המפורסם ר' שלום צבי בערגער ע"ה, וועלכע זענען אַלע באַרימטע נדבנים, רודפי צדקה וחסד, חסידים ואנשי מעשה, און באַוואוסטע תלמידי חכמים אישי המעש ויראים ושלמים, וואָס געבן זיך אַוועק פאַר אַלע וואוילטעטיגע צדקה צוועקן, און מוסדות התורה והחינוך איבער דער וועלט, זוכה געווען צו געבן די ערשטע סכומים פאַר'ן אָפּקויף פון דעם נייעם קאָמפּלעקס פאַר די בניני בית רחל ד'סאַטמאַר אין לאָנדאָן.

דערמיט האָבן די חשוב'ע נדבנים געברענגט כפליים לטובה: אי ערמעגליכקט אויסצופירן די שווערע אונטערנעמונג זאָל בכלל קענען צושטאַנד קומען מכח אל הפועל להרחיב גבולי הקדושה, און אי עס האָט געגעבן גרויס חיזוק און אַ גרויסן שטופּ אויף פאָראויס צו קענען גיין מיט דעם פּראָיעקט, און זוכה זיין עס אַהערצושטעלן על תלו כלול בהדרו בעזהשי"ת.

יה"ר שחפץ ה' בידם יצליח, מ'זאָל טאַקע במהרה גומר זיין דעם מקח און אַהערשטעלן די בנינים לשם ולתפארת צום באַנוץ פון די פילע תלמידות בית רחל ד'סאַטמאַר אין לאָנדאָן, וחכם לב יקח מצוות, מ'קען נאָך יעצט אַריינכאַפּן מנדב צו זיין און אָפּקויפן זכותים נצחיים אין די נייע בית רחל געביידעס, וואָס וועלן פאַראייביגן די נעמען פון די נדבנים לזכרון עולם ולעדי עד


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2010 09:50 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2010 16:49 לינק ישיר 





תוקן על ידי SatmarNews ב- 21/09/2010 16:56:49

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2010 03:01 לינק ישיר 

די זאלונים עפענען נניע מוסדות אין לאנדאן? אדער מען קויפט נאר צו א בנין?(אלס פלאץ אויס)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/9/2010 23:28 לינק ישיר 
דער איד באַריכטעט


_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/9/2010 23:26 לינק ישיר 
חלק פונעם קאָמפּלעקס


_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ריזיגער קאָמפּלעקס געקויפט פאַר בית רחל ד'סאַטמאַר אין לאָנדאָן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext