העפטיגע קאמפיין אונטערגענומען צו שתדל'ן ביי אהרונים וועגן נייעם ביהמ"ד
ווי שוין געשריבן אין אנדערע אשכול, זענען די אהרונים בטבע גוטע מענטשן, און זיי האבן ערלויבט פאר די זאליס יעצט פאר יו"ט ארויסצונעמען זייערע פריוואטע חפיצים פון בית המדרש החדש.
יעצט קומט אבער א שמועה, אז חוץ לדרך הטבע האבן זיך די אהרונים פאר'עקשנ'ט אז זיי וועלן בשום אופן נישט צוריק אריינלאזן נאך יו"ט אריינלייגן די סוכות פארענטשס. דעריבער איז אונטערגענומען געווארן א העפטיגער קאמפיין אז יעדער ווער עס קען זאל ביטע אנרופן די ראשי עסקנים ביי די אהרונים און בעטן מיט שיינעם אז זיי זאלן צוריק אויפוועקן זייער גוטסקייט און ערלויבן אויף נאך יו"ט צוריקצולייגן די סחורה.
די נעמען פון די עסקנים וואס דארפן געבן רשות זענען:
הרה"ח ר' אברהם רובין הי"ו
הרה"ח ר' יואל בראווער הי"ו
הרה"ח ר' ישעי רובין הי"ו
הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו
ביטע ווער עס טרעפט זיי זאל רעדן מיט שיינעם און בעטן ביי זיי אז זיי זאלן ווייזן גוטסקייט אזוי ווי ביז אהער און אונז צוריק אריינלאזן נאך יו"ט.
אדאנק
|
|