רבבות סאטמארע חסידים גרייטן זיך צום יו"ט סוכות בצל הקודש אין ווילימסבורג
רבבות חסידי סאטמאר גרייטן זיך מיט התרוממות הנפש מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יו"ט סוכות הבעל"ט בצילא דמהימנותא קדישא פון רבם ומאורם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינעם עיר ואם בישראל "וויליאמסבורג", וואס וועט אפגעראכטן ווערן במקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק' אינעם בית המדרש הגדול אויף ראדני סט. וועלעכע איז שוין דאס ארט ווי עטליכע דורות תלמידי וחסידי סאטמאר פון אומעטום קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש, אנגעהויבן ביי רביה"ק זי"ע ולאחר פטירתו ביי מ"מ רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע און אצינד ביי ממלא מקומם מרן רבינו שליט"א.
גרייטענדיג זיך צום יו"ט סוכות געפונען זיך נאך די פילע טויזענטער חסידים אונטערן רישומא דקדושה פון די הייליגע טעג וואס איז פאריבער בחצר הקודש אנגעהויבן פון א' סליחות ביז דעם הייליגען יו"ט יום כיפור וועלעכע איז געווען איין קייט פון דערהויבנקייט און התעלות עס האט געשוועבט אין די לופט א מוראדיגע העכערקייט הן ביי די תפלות און הן ביי די דרשות, דעם בלויזן פאקט אז מ'געפינט זיך אויף אזא הייליג מקום כאפט א ציטער, ווי רבינו שליט"א האט באריכות ארויסגעברענגט ביים תקיעות שופר דרשה און בתוך הדברים נאכן מעלה זיין זכרונו הטהור פונעם רבי'ן זי"ע און פון מר אביו רבינו זי"ע האט די רבי אויסגעפירט "מיר זענען מאמין באמונה שלימה אז די צוויי צדיקים דער רבי זי"ע און דער טאטע זי"ע וואס זענען געשטאנען אויף דעם מקום און זיי האבן שופח שיח געווען דא און אויסגעוואשען אידישע הערצער ביי די הייליגע תפלות און דרשות זיי שטייען מיט אונז ווייטער און זענען מתפלל מיט אונז און נאר דאס טוט אונז באגלייטען אויף ווייטער" , אזוי אויך ביים פייערדיגן כל נדרי דרשה יום הקדוש אויפדערנאכט האט די רבי ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם קדושת המקום.
אצינד גרייטען זיך די רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר אפצורעכטן דעם יום טוב סוכות הבעל"ט בצל הקודש, ובפרט ווי יאר יערליך גרייטען זיך אויף די "צווייטע טעג יום טוב" צו קומען צו פארן גאר א גרויסער ציבור חסידים פון איבער די גארער וועלט מיט צוהאלטן די צווייטע טעג בחצרות קדשינו.
אין די טעג גייען אן פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען דורך די הנהלת הקהלה מיט די הילף פון די חשובע עסקנים בחצרות קדשינו און עס ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור סיי ביי די תפלות און סיי ביי די טישן, מיט באזונדערע נייעס האלטן מיט אנ"ש בכל מקומות מושבותיהם די שנעלער אויפבוי פונעם גיגאנטישען סוכה הענקי וואס ווערט געבויעט אינעם חצר פון בית המדרש החדש וואס ווערט אויפגעבויעט מיט איינריכטונגען און צוגעהערען אויף גאר א גרויסער פארנעם צו קענען פלאצירן די טויזענטער אנ"ש און ספעציעלע הויכע-שטאקיגע פארענטשעס פאר די אלפי תלמידי הישיבות הקדושות ביי די געהויבענע טישן במשך פונעם יום טוב און חול המועד. גאר אינטערעסאנט קוקן זיך צו תושבי וויליאמסבורג און פרעגן מיט וואונדער אויף די דורכגעפאלענע אין קינדערישע אויפפירונג פונעם צד שכנגד וואס טראגן נישט אדורך די אויפבוי פונעם סוכה הגדולה און עס איז א גירא בעינא דשיטנא ווען זייער גאנצער ציבור שטייט אריינגעטוהן ראשו ורובו וויאזוי מקען אפשטעלן די בוי ארבעט (!) אזוי ווי זייער אדורך געפאלענער שטייגער הערן זיי נישט אויף צו מסר'ן און מאכן פאוני קאללס פאר די פאליציי און פייער לעשער און פרובירען מיט אלע מיטלען אפצושטעלן די אנגייענדיגע בוי ארבעט, זה לעומת זה ווען שלומי אמוני ישראל זענען פארנומען מיט אריינכאפן מצוות פון די הכנות צום יו"ט, שטייען זיי מיט איין דאגה וויאזוי מ'קען אפשטעלן די סוכה כדי צו פארענפערן די הארבע קשיא וואס זייער עולם גולם וועט ווידער היי יאר פרעגן -צום 100'ען מאל - וויאזוי קען זיין אז די אנדערע רבי וואס האט דאך נישט קיין מנין פירט טיש אין אזא גרויסע סוכה וואס נישט דער דברי יואל האט געהאט און נישט דער ברך משה האט געהאט??? און והעולה על כולנה: דער רבי זאל זיין געזונט און שטארק האט אויך נישט אזא גרויסע סוכה נישט אין קרית יואל און אויך נישט אין וויליאמסבורג??? איז דאך הדרא קושיא לדוכתיה, האט ער יא מענטשען איז דאך צרות?? דארף מען דאס צולייגן צום גרויסע ליסטע וואס "נאר" דעמאלטס האט ער מער מענטשען ווי אונז ווי למשל: נעילת החג 3 מאל א יאר, ל"ג בעומר, כ"א כסליו, שושן פורים, שביעי של פסח, אושפיזא דמשה, וכו' איז דאך צוויי מאל צרות??? אט טאקע פאר דעם צוועק האבן זיי איינגעשפאנט אלע זייערע מענטשען פון קליינע קינדער ביז זייערע פאליציי לעיזאנס צו זיין אויף דער וואך אין פאל אויב א שטיין רירט זיך אומלעגאל זאל מען "גלייך" רופן פאליציי! און אזוי וועט מען קענען גלייך ארויסשיקן מעסעדזשעס אז דער ארבעט איז אפגעשטעלט! אבער ב"ה אן קיין ערפאלג! די סוכה שטייט שוין על תילה בנוי' לשמחת לב תלמידי וחסידי סאטמאר, און וועט פייערליך גענוצט ווערן די אלפים ורבבות חסידים וועלעכע גייען ווייטער תחת דגלו והדרכתו פונעם רועה נאמן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ביי די שלחנות הטהורות פון רבינו שליט"א.
מטעם די הנהלת הקהלה איז אויפגעשטעלט געווארן א וועד האש"ל ווי צענדליגער יונגעלייט געבן זיך אפ מיט מסדר זיין אש"ל מלא פאר די טויזענטער געסט פון אויסער די שטאט, ווי עס ווערט געמאלדן פונעם אפיס פון ועד האש"ל מעלדן זיך אנ"ש פון איבעראל צו קומען ספעציעל פון לאנדאן קומען צו פארען קרוב צו צוויי הונדערט געסט דערפון העכער הונדערט תלמידי הישיבה, אזוי אויך פון ארץ ישראל קומט א ריזן ציבור צו פארן אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א פון ירושלים עיה"ק וואס ווי יאר יערליך נאך בימיו פונעם רבי'ן דער ברך משה זי"ע פלעגן זיי קומען צו פארען להסתופף בצל קדשו, אזוי אויך פון אלע געגנטער פון איבער די וועלט.
פאר אלע פרטים איבערן יו"ט און בעיקר וועגן אש"ל קען מען רופן דעם ספעציעלע אינפארמאציע ליין: 718.831.7000
נשלח ב-21/9/2010 19:42
אין אנדערן פארום שטייט וועגן א עירוב מען זאל קענען ברענגען די עסן. וואס גייט מען טאקע טון?
נשלח ב-21/9/2010 17:52
דער ציבור ווערט געבעטן צו איגנארירן דעם פערשוין אומזיסט, און נישט ענטפערן אין די אשכול. בקרוב וועל איך ממשיך זיין מיט די נייעס.
נשלח ב-21/9/2010 16:45
פישער_גאבע כתב:
מיט באזונדערע נייעס האלטן מיט אנ"ש בכל מקומות מושבותיהם די שנעלער אויפבוי פונעם גיגאנטישען סוכה הענקי וואס ווערט געבויעט אינעם חצר פון בית המדרש החדש........... וואס ווערט אויפגעבויעט מיט איינריכטונגען און צוגעהערען אויף גאר א גרויסער פארנעם צו קענען פלאצירן די טויזענטער אנ"ש און ספעציעלע הויכע-שטאקיגע פארענטשעס פאר די אלפי תלמידי הישיבות הקדושות ביי די געהויבענע טישן במשך פונעם יום טוב און חול המועד. גאר אינטערעסאנט קוקן זיך צו תושבי וויליאמסבורג און פרעגן מיט וואונדער אויף די דורכגעפאלענע אין קינדערישע אויפפירונג פונעם צד שכנגד וואס טראגן נישט אדורך די אויפבוי פונעם סוכה הגדולה און עס איז א גירא בעינא דשיטנא ווען זייער גאנצער ציבור שטייט אריינגעטוהן ראשו ורובו וויאזוי מקען אפשטעלן די בוי ארבעט (!) אזוי ווי זייער? אדורך געפאלענער שטייגער הערן זיי נישט אויף צו מסר'ן און מאכן פאוני קאללס פאר די פאליציי און פייער לעשער און פרובירען מיט אלע מיטלען אפצושטעלן די אנגייענדיגע בוי ארבעט, זה לעומת זה ווען שלומי אמוני ישראל זענען פארנומען מיט אריינכאפן מצוות פון די הכנות צום יו"ט, שטייען זיי מיט איין דאגה וויאזוי מ'קען אפשטעלן די סוכה כדי צו פארענפערן די הארבע קשיא וואס זייער עולם גולם וועט ווידער היי יאר פרעגן -צום 100'ען מאל - וויאזוי קען זיין אז די אנדערע רבי וואס האט דאך נישט קיין מנין פירט טיש אין אזא גרויסע סוכה וואס נישט דער דברי יואל האט געהאט און נישט דער ברך משה האט געהאט??? און והעולה על כולנה: דער רבי זאל זיין געזונט און שטארק האט אויך נישט אזא גרויסע סוכה נישט אין קרית יואל און אויך נישט אין וויליאמסבורג??? איז דאך הדרא קושיא לדוכתיה, האט ער יא מענטשען איז דאך צרות?? דארף מען דאס צולייגן צום גרויסע ליסטע וואס "נאר" דעמאלטס האט ער מער מענטשען ווי אונז? ווי למשל: נעילת החג 3 מאל א יאר, ל"ג בעומר, כ"א כסליו, שושן פורים, שביעי של פסח, אושפיזא דמשה, וכו' איז דאך צוויי מאל צרות??? אט טאקע פאר דעם צוועק האבן זיי איינגעשפאנט אלע זייערע מענטשען פון קליינע קינדער ביז זייערע פאליציי לעיזאנס צו זיין אויף דער וואך אין פאל אויב א שטיין רירט זיך אומלעגאל זאל מען "גלייך" רופן פאליציי! און אזוי וועט מען קענען גלייך ארויסשיקן מעסעדזשעס אז דער ארבעט איז אפגעשטעלט! אבער ב"ה אן קיין ערפאלג! די סוכה שטייט שוין על תילה בנוי' לשמחת לב תלמידי וחסידי סאטמאר, און וועט פייערליך גענוצט ווערן די אלפים ורבבות חסידים וועלעכע גייען ווייטער תחת דגלו והדרכתו פונעם רועה נאמן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ביי די שלחנות הטהורות פון רבינו שליט"א.
הייסט אז דו שרייבסט צום זאך מלא טעם, בהשכל ובדעת? ליין איבער דיינע נארישע בויך קרעמפן מועתקים אות באות פון דער בלאט ערב ראש השנה תשס"ז, לרגל דעם געהויבענעם געווינס פון בויען הופער אין 2 וואכן. דו ווייסט זייער גוט אז זיי גייט אן די גרויסע גיגאנטישע סוכה א בוידעם, זיי ווילן נאר איין זאך: דיר דערמאנען איינמאל און נאכאמאל וואסערער לוזער דו ביסט אז דו קענסט קיין וואסער פייפס נישט ציען פון דיין בית מדרש החדש וואס גארפונקל גייט אויפבויען פאר 15 מיליאן דאלער. פארשטייסט?
נשלח ב-21/9/2010 10:04
געעהרטער אומזיסט, איך ווייס נישט וואו דו האסט דא געזען צווישן מיינע ווערטער א געווינער אדער א פארלירער. איך האב בס"ה גערעדט פון דעם בעפארשטייענדער יו"ט בחצרות קדשינו, און דו בוסט אויפגעשפרינגען מיט פארלירער-געווינער. האסט טאקע זייער א הויעכער איי.קיו. און דו פארשטייסט בעסער פון יעדעם. אבער נישט איבעראל מוזטו ווייזן אויבערחכמ'שאפט.
אויב ווילסטו זיך גאר שטארק אויסטענה'ן מיט וויפיל פראצענט ר' אהרן האט פארלוירען און צום סוף ארויסגיין ווי א 'געווינער' אז ענק האבן 'נאר' פארלוירן מיט פינעף און ניינציג פראצענט אנשטאט הונדערט פראצענט (!) דאן ביטע עפען דיך אליינס א אשכול, און אויב דו וועסט נישט האבן מיט וועם צו גיין צום טיש זאלסטו נישט צוריק אהער קומען, נאר הענג עס אהן אין דיינע נערישע און קינדערישע תגובות אדער גיי גלייך צום מתיבתא פארום דארט וועט עס זיין זאפטיגע באמבע נייעס, ויאכלו ענוים וישבעו! אבער דא פארדריי נישט דעם נושא.
ישר כח למפרע
נשלח ב-21/9/2010 05:34
א קליפ פון די בוי ארבעט ביי די גרויסע סוכה בחצר בית המדרש החדש
דו כאפסט נישט אז די סטראטעגיע שטעלט דיך אין א שוואכערע פאזיציע? ווען דו ביסט א עסטעבלישט לעגיטימע קאמפאני, גייט נישט אז דו ביסט אייביג א געווינער ווייל העטאך פעטאך וואלסטו נישט געווען גארנישט, ניין! ביסט א מציאות, א זאך וואס האט אלע רעכטן צו עקזיסטירן פונקט - און אפשר נאך מער - ווי יענער, און פערטיג. א דורכפאל מיינט נישט אז דו ביסט יעצט אפגעשפארט, אז די אהרונים נעמען צוריק איבער קאנטראל פון ווילי, ס'איז בסך הכל א דורכפאל,ו ויש דיר אפ די נאז און גיי ווייטער.
הנלענ"ד כתבתי. ועדיין יש לפלפל בזה.
נשלח ב-21/9/2010 04:54
א קליפ פון די ארבעט ביי די גרויסע סוכה בחצר בית המדרש החדש