סקאנדאל: קוואל וואסער פון נייע אהרונישע מקוה טהרה איז פון סוער!!
די אהרונים אין וויליאמסבורג בראשם פון זייער רב ר' מענדל, בויען א נייע מקוה טהרה אין וויליאמסבורג. א העפטיגער קאמפיין גייט אן צוזאמצושטעלן די געלטער דערפאר, שידוכים און קינדער וואלגערן זיך אונטערן טיש ביי ר' אהרן פאר יעדער וואס געט די אכצן הונדערט דאללער, און קינד און קייט ווייסט שוין צו זאגן אז ר' אהרן בויעט א מקוה.
א שטיק צייט צוריק האבן זיי געבראכן די נייעס אז ענדליך איז זיי געלונגען צו טרעפן א קוואל דארט ביי די מקוה, און דאס וועט זיין דאס שענסטע און דאס בעסטע מקוה, פונקט ווי די שחיטה און די מצות. וויאזוי שלעפט מען אבער אריבער אהין דעם עולם וואס גייט שוין יארן אין די סאטמאר'ער מקוה טהרה? האט דאס געדארפט גיין אויף א סיסטעמאטישן אויפן, ר' אהרן וועט זיך אויפשטעלן האקן אויף די אלטע מקוה אז ליבו נקפו, אבער ער מוז ליידער אנדעקן אז ס'דא געפערליכע פראבלעמען מיט די אלטע מקוה. איי דיינע אייגענע מענטשן האבן דאך גענוצט די מקוה אלע יארן, און יעצט גייען זיי ווערן ספק ממזרים?! נישט קיין פראבלעם, מ'וועט די אלע אהרונים אריינשרייבן אין וואויל בארימטען פנקס פון די פסול'ע קינדער. נעבעך.
דעם שבת שובה נדחה דרשה, האט שוין ר' אהרן געזאלט אנהייבן צוביסלעכווייז אריינפרעדיגן אין זיין ציבור קעגן די אלטע מקוה, אבער עס איז ארויסגערינען אויף די גאס אז די גאנצע מכלומרשטע מעיין וואס זיי האבן געפונען איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א בלויזער סוער קוואל!
טא וואס טוט מען? מ'מאכט א שווייג, מ'וועט ווארטן אז דער סקאנדאל זאל זיך אפשטילן און דעמאלטס וועט מען אנהייבן פארקויפן לאקשן פארן ציבור אז זיין מקוה איז דאס שענסטע און דאס בעסטע, און זייט די מקוה וואס דער כהן גדול האט גענוצט יום הקדוש אין בית המקדש איז נאך אזא מקוה נישט געווען...
און אויב דער נאמען פון די מקוה וועט הייסן "מהודרת" זאלט איר כאטש וויסן אז דאס איז מהודרת סוער וואסער...
 |
|
|