איך האב עס נאך נישט דורכגעליינט, אבער גאנץ אנפאנג האט געכאפט מיין אויג א נקודה, וואס איז לדעתי די שטערקסטע ארגומענט אין די גאנצע נושא, און אויב איז טאקע דער פאקט ווי זיי זאגן, איז "קלאוזד סאבדזשעקט". נישטא איין ווארט צו רעדן ווייטער, ותו לא מידי.
דער ענין איז, אז לויט ווי זיי שרייבן, איז ביז תשמ"ה בכלל נישט געווען אזא מין תקנה אין קר"י, און כמה וכמה שיינע אידן האבן געהעריג מסדר קידושין געווען אן קיין שום רשות - צעטל, בפה צי בכתב.
דאס איז טראץ וואס דער רבי זי"ע האט לכל הדעות געהאט א דין מרא דאתרא, און דער ברך משה איז בשנת תש"מ איינשטימיג אויפגענומען געווארן פאר מרא דאתרא. מיט דעם אלעם, האט געדויערט אריבער צען יאר ביז אזא תקנה איז בכלל עולה על הדעת געווען.
זעלבסט פארשטענדליך, אז אויב אזוי איז בכלל נישטא קיין מקום דן צו זיין. ר' אהרן טייטלבוים, מיט זיין גרויסן גדלות בנגלה ובנסתר אזש ביז'ן האבן א גערוך פון משיח... קען במחילת כבודו נישט האבן א שטערקערע דין מרא דאתרא, ווי זיין פעטער ז"ל און טאטע ז"ל. פיריעט.
נשלח ב-3/10/2010 19:33
דאס איז אמאל זיכער אז משה גבאי האט געווינען מיט א געוויסע זין זיין ציל אז בנייואל איז ארויס מיט א זאך אין רעדן נישט אקעגן דעם רבי'ן די ברך משה איז ער א זיגער
אין אויך זעט מען בכלל בני יואל האט קיינמאל נישט דעהאט א מלחמה מיטן רי'ן די ברך משה אלעס איז נאר געווען מיטן סבלן נישט מיטן רבי'ן
נשלח ב-27/9/2010 06:58
וואלןסח כתב:
פאר א נאר ווייזט מען נישט קיין האלבע תגובה...
קוק וואס איך שרייב נאכדעם
איך האב זיך קודם באצויגן געווען צו די ערשטע העלפט תגובה. וועגן דיין צוווייטע האלב, האב איך גאנץ פון אנפאנג געשריבן אז איך ווייס נישט צי סאיז אמת, און איך שרייב נאר לויט ווי זיי זאגן.
פיין געזאגט. מען קען טאקע מאכן. אבער אין פאקט, האט רבי געציל בכבודו ובעצמו אונז פארקויפט א מעשה מיט א בוידעם אז ער איז זיכער אז דער רבי האט אדעתא דהכי מייסד געווען קרית יואל, נאר צו קאנטראלירן דעם סידו"ק. די טענה האט ער געשריבן און געזאגט, און אויף דעם געבויט בנינים על גבי בנינים עד כדי מתיר זיין דמם פון די פריש פארהייראטע פארלעך, און בפירוש אגיטירן ביים גענעראל פארזאמלונג אז מען זאל זיך נישט משתתף זיין ביי די שמחות. דאס אלעס ווען ער האט וואויל געוויסט אז די ערשטע צען יאר איז אין קרית יואל מסדר קידושין ווער ס'וויל - טאקע ממש מיט די הפקירות וואס דער רבי האט אזוי לוחם געווען דערקעגן... - ואין פוצה פה.
א נייע תקנה? זייער גוט. זאל ר' געציל זיך אויפשטעלן און זאגן: קהל האט געמאכט א תקנה , די זעלבע קהל און בערך די זעלבע תקנה ווי אז מען זאל חלילה וחלילה נישט פארקויפן "דער איד" אין די גראסערי'ס... און די מערסטע גלייך, טאקע א תקנה וואס איז נוגע ביסוד קדושתן של ישראל, לדוגמא עקסטערע רעדזשיסטערס... וכדו', און ווער עס איז עובר אויף די תקנה פון קהל זאל מען נישט גיין צו די חתונה.
פארקויף מיר נישט אז דאס איז א תקנה פון רבי'ן. והא ראי' ביים רבי'ן און ביים ברך משה האט יעדער ווער עס וויל געקענט מסדר קידושין זיין.
פארשטייט זיך אז צו זאגן אז קהל קען מאכן איז א חוכא וטלולא. און עס האט כמובן גארנישט קיין שייכות נישט מיטן חרם דר"ת, און נישט מיטן שבות יעקב, און אפילו נישט מיט'ן תשובת דברי יואל.
און יא שיער פארגעסן; מארגן וועט אי"ה קיט'ל אין ווילי מאכן א תקנה אז נאר רז"ל מעג מסדר קידושין זיין...
נאר דרך אגב, איך די זעלבע צייט איז אנגעקומען אויף די פאסט א קונטרס להורות נתן באשריבן איבער דעם דיין דקרית יואל שליט"א און דארט איז משמע להיפך פון די ראיות וואס מען ברענגט אין דעם קונטרס (למשל די דוגמא פון נייטרא רב ז"ל) יעצט דארף מען מברר זיין ווער ס'זאגט אמת